בית פורומים אידישע געדאנק

ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/2/2012 23:27 לינק ישיר 
ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

איך האב דאס געשריבען לעצטעס יאר, אזוי ווי ס'איז געשען דאס יאר די גרויסע דורךברוך אין עולם החסידות (מיטן איבערבעטן פון בעלזה), האפט מען אז ס'וועט נעמען אסאך שנעלער.


ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

   טאטע :  שלומי טיע אן א ווייסע העמעד און לאמיר שוין גיין.   

אינגעל: ווי גייט מען?

    טאטע :  וואס הייסט, צו די גרויסע חתונה פון די אייניקלעך פון די הייליגע צוויי סאטמאר'ע   רבי'ס, און מ'וועט  האבן די זכי' צו זען צום ערשטען מאל ווי זיי טאנצען צוזאמען.  

אינגעל:  וואס מיינסטו צום ערשטען מאל? דו טאנצט אייביג מיט פעטער מושי? 

    טאטע :  ליידער מעשה שטן הצליח.... שוין לאמיר נישט רעדען...

אינגעל:   ס'אמת וואס וואס מיין חבר יוסי האט מיך געזאגט אז זיי זענען גאגאנגען אין קארט?

    טאטע :   עם , יא , עם, די קהילת זענען געגאנגען

אינגעל:   די ביסט געגאנגען פרשת משפטים אין חדר.

   טאטע : זיכער, זיידי איז געווען שטרענג ביי עם איז נישט געווען אזא זאך ווי נישט גיין אין חדר.

אינגעל:   מ'האט געלערענט די רש''י ''אשר תשים לפניהם''?

   טאטע : יא

אינגעל:   וואס האט דיין רבי געזאגט ווען אינגלעך האבן געפרעגט ווי אזוי ס'קען זיין אז אונז זיץ'מער אין קארט.

   טאטע :  תהליכות הקהילה, ר' א. לייטנער, ביה''ח, מהר''א זאל אינטערשרייבען, און נאך תירוצים.

אינגעל:    און וואס האט אונזער קאזען נחום'ס רבי געזאגט?

    טאטע :    ווינער רב'ס לעדעל, בג''ץ, אזוי וויל איך, נכסי הקהילה. און נאך תירוצים.

אינגעל:   וואס איז נאכדעם געשען?

    טאטע :   דריי יאר צוריק זענען אריינגעקומען נייע ראשי קהלות און האבן געזאגט ''גענוג איז גענוג'' מ'האט זיך אראפ געזעטץ און פארהאנדעלט וועגען די נכסים און ב''ה......

 

אינגעל:  אבער פארוואס האט מען דאס נישט געקענט טוען 17 יאר פריער און מ'וואלט נישט מייקר געווען שם אלילים אויף אזא גרויסע אופן? און טאטי דו וואלסט געטון אזא הארבע זאך מיט אזעלעכע תירוצים? 

 

    טאטע :  עם, עעם ,עעם   ,עם   ,עם  

 

וואס איז די תירוץ?

עבדים היינו אדער עברינים היינו






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 00:03 לינק ישיר 

ביסט נישט פון די טעללער פראקציע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 00:09 לינק ישיר 

איך זעה לעצטנס אז די קהילת מהרז"ל פרובירט צו זאגן אז ביי מהר"א איז מען צוטיילט

איר וועט מיר אלע מודה זיין אז ביי אייך איז דער עולם צוטיילט און צומישט

יעדע צווייטע טאג א פרישע טעלעפאן אדער גליון פון א אנדערע גאנג

איז דאס די סיבה פארוואס איר פרובירט אייער מזל צו זאגן אז ביי יענעם איז אויך אזוי ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 00:27 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:
ביסט נישט פון די טעללער פראקציע?


דאס האב איך געשריבען אין די אנדערע פורום,

לאמיר דא שרייבען אפאר הערות

ער לייגט אראפ ר' משה ארי' ז''ל ווי א ווילדע מענטש וואס האט אום באקוועם געמאכט.

לייגט אראפ בעלז ווי אנדערע אגדות'דישע קהלות און טוט איגנארירן אז זיי האבן צוברעכען די די כח פונם עדה החרדית און די חרם הקדמונים וועגן לערנען אין ירושלים פרעמדע שפראכען(ער איז געווען די עמלק אשר קרך) אויך האט ער נישט איבערגעבעטן די תלמידי החת''ס. (בעלי השיטה)

שרייבט אז אינז האמיר גארנישט פונם שלום, ווען ס'קלאר אז די מהר''א  פארטיי קענען קוים ווארטען אז די שוואגערס זאלען זיך טרעפען.

ער לייגט אראפ וועגן ר''א קוטלער און ער טוט איגנארירן, אז רביה''ק האט נישט געוואלט צוריקשרייבען א לשנה טובה וויינטש פאר הרה''ק ר''א און מ'האט געוואלט אז רבה''ק זאל גיין צו זיין ציון תשכ''ה און ער האט נישט געוואלט.

 יעדער בר דעת פארשטייט אז ס'איז א גרויסע חילוק ווען איינער האלט אנדערשט, צו ווען איינער טראגט די פאן פון די גרעסטע לוחמים פון הבדלות מרשעים און התחדשות, און אין יעדע שטאט ווי ס'דא א בעלזה מוסדות ליידט מען פון זיי, ווייל בשעת יעדער מוסדות שלאגט זיך מיט די ריגירונגן נישט צו טוישען די דרך המסורה זענען זיי די ערשטע צו צוברעכען די כח פון די ערליכע מוסדות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 00:37 לינק ישיר 

איך בין פון דאהי

לאז מיר דיר קלארער מאכן



בעלזא איז לגבי ציונות גארנישט ערגער ווי גור

גור איז אין א געוויסן זין ערגער ואכמ "ל



אין רעפארם איז בעלזא שוין באלד ווי ליובאוויטש ליידער אבער נישט ערגער

און דעם ליובאוויטשן איז די רבי אויך געגאנגען מנחם אבל זיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 01:14 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון א איד פונם פריעדיגן דור, אז רביה''ק ווען ער איז געגאנגען באזיכען רבנים (רוב מאל אין חוה''מ וויל ער האט נישט געוואלט טרינקען ביי זיי א שלינג וואסער, כיודע) איז ער געגאנגען ווי א sales man פארן באשעפער און נאר געארבעט אויפצו ווייזען אז ציונות איז טריפה, אבער היינט טרעפט מען זיך איין רבי מיטן אנדערע לשם ''שפילן רבי''.

דער איד האט זיך באקלאגט אז ס'דא רבי'ס(ווי למשל פון א. ) וואס האבן נישט קיין מוסדות וואס זיי דארפן אנקומען צום אש''ל, און לויפן סיי מהר''א און סיי צו רז''ל , זיי וואלטן געקענט עכ''פ טרייען צו רעדען אדער מוחה זיין אז מ'זאל ארויסגיין פון ערכאות ,אבער ס'גרינגער צו פארציילען א מעשה און עסען טרויבען. וכדי בזיון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 18:11 לינק ישיר 

הייסט דערפאר איז דער הייליגער דברי יואל זי"ע געגאנגען באזוכן גערער רבי'ן תשכ"ב, און תשכ"ה שוין נאכן ארויסקומען פונעם ספה"ק ויואל משה, ווייל ער האט אים פראבירט איבערצורעדן, שוין נאכדעם וואס דער ויואל משה איז ארויסגעקומען און מגלה דעת געווען דעם דעת תוה"ק?

פון וועמען מאכסטו יעצט ליצנות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 20:26 לינק ישיר 

לאנצוט וואס דער רבי האט גערעדט מיט די אלע רביים איז ע"פ רוב באקאנט, און מ'האט נישט גערעדט די נארישע טפשות'דיג משולחן של מלכים שמועסן להבדיל, דער רבי האט ע"פ רוב גערעדט וועגן דעם נגע הציונות און באוויינט דעם מצב הדור, און אויף דעם רבי ז"ל כאפן זיך יעצט די אהרונים ארויף ווייל דער רבי פלעגט דאך באזוכן יעדעם. ווייסטו וואס, לאמיר זען אז ר' אהרן זאל פרובירן מעורר זיין ביים בעלזער באזוך איין ווארט וועגן זיין רעפארם, אדער א אנדערע נושא וואס יעדער ווייסט אז דער בעלזער גליטשט, דעמאלס קענסטו שרייען רבי ז"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 20:38 לינק ישיר 

טאטעלע

מאכט אייך נישט נאריש

ווען מהר"א זאל קלערן פאר א האלבע פראצענט אז זיין ווארט וועט עפעס העלפן

וואלט ער גערעדט צו זיי


מען האלט שוין 50 יאר זינט קיום המדינה

יעדער האט שוין אויסגעבויט זיין מהלך

סאטמאר שטייט פעסט און וועט בלייבן פעסט

די אנדערע גליטשן און האלטן ביים גליטשן

א שמועס אין שטוב וועט נישט טוישן די מצב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 20:40 לינק ישיר 

טאטעלע.

איך ווייס נישט וואס עס מיינט ביי דיר קלוג אדער נאריש. עס ווענדעט זיך לויט דעם וואס די גמרא רופט אן "דבר קטן און דבר גדול" (פאר די וואס קענען אביסל לערנען רעד איך).

אגב, האסטו אפשר א קאסעטע פון א שמועס אדער א אפגעשריבענע שמועס פון תשכ"ב און תשכ"ה?

לויט מיין אינפארמאציע האט מען גערעדט פון סיפורי צדיקים. (שטותים לדברך).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 22:26 לינק ישיר 

איך וועל נאר מעתיק זיין שמואל שלמה טעלער'ן: די איינציגסטע וואס וועלן אפשר פארדינען פון דעם באזוך זענען די בילדער מאגאזינען אייגענטומער... ודפח"ח. ‎​
 
דעריבער לאז ארויס דעם רבי'ן ז"ל פון דעם עסק. עס איז בלויז דער ציהל פון א פאטא אפ צווישן ר' אהרן מיט ר' בערל. אזוי ווי אין דזשויאיש פרעסס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 22:55 לינק ישיר 

דאס וואס איך האב אריינגעברענגט דעם רבי'ן, איז ווייל ווען מ'וויל וויסן דעם "דרך התורה" קוקט מען וויאזוי דער רבי דער דברי יואל האט זיך נוהג געווען און וואס ער האט געטאן דארפן מיר נישט זיין קלוגער.

אז דו ווילסט מאכן חילוקים לויט דיין פאליטיק, דארפסטו פארשטיין אז ידך על התחתונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 01:31 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
הייסט דערפאר איז דער הייליגער דברי יואל זי"ע געגאנגען באזוכן גערער רבי'ן תשכ"ב, און תשכ"ה שוין נאכן ארויסקומען פונעם ספה"ק ויואל משה, ווייל ער האט אים פראבירט איבערצורעדן, שוין נאכדעם וואס דער ויואל משה איז ארויסגעקומען און מגלה דעת געווען דעם דעת תוה"ק?

פון וועמען מאכסטו יעצט ליצנות?



תשכ''ב איז רביה''ק נישט געווען אין א''י, תשכ''ה איז ער נישט געגאנגען צו די לינקע רבנים, ער האט געזאגט 'איך האב געשריבען א ספר און ווער ס'וויל די אמת קען עס דארט זעען' (גרער רבי איז געקומען צו אים ווען ער איז ארויף צום שיף ביים אהיים גיין,

get your fact straight




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 19:36 לינק ישיר 

outspoken כתב:
הייסט דערפאר איז דער הייליגער דברי יואל זי"ע געגאנגען באזוכן גערער רבי'ן תשכ"ב, און תשכ"ה שוין נאכן ארויסקומען פונעם ספה"ק ויואל משה, ווייל ער האט אים פראבירט איבערצורעדן, שוין נאכדעם וואס דער ויואל משה איז ארויסגעקומען און מגלה דעת געווען דעם דעת תוה"ק?

פון וועמען מאכסטו יעצט ליצנות?



תשכ''ב איז רביה''ק נישט געווען אין א''י, תשכ''ה איז ער נישט געגאנגען צו די לינקע רבנים, ער האט געזאגט 'איך האב געשריבען א ספר און ווער ס'וויל די אמת קען עס דארט זעען' (גרער רבי איז געקומען צו אים ווען ער איז ארויף צום שיף ביים אהיים גיין,

get your fact straight



פאקטן:
תשכ"ב איז דער רבי זי"ע יא געווען אין ארץ ישראל.
תשכ"ה איז דער רבי זי"ע נאכאמאל געווען אין ארץ ישראל.

קוק דעם בילד פון תשכ"ב אין ארץ ישראל, דער רבי וחתנו הרה"צ מסעמיהאלי ע"ה.




דעם אנדערן שקר דיינעם, איבער גערער רבי'ן. וויל איך דיר איינמעלדן אז גערער רבי איז געקומען אויף א ביקור גומלין. דער רבי איז אים יא געגאנגען באזוכן.

דיינע שקרים זענען געבאקן תשע"ב, ווייל אזוי קומט דיר פאליטיש אויס בעסער.

ביטע ברענג קלארע באווייזן אנדערש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext