בית פורומים אידישע געדאנק

אשריך ר' יצחק ווייס שנתפסת על דברי תורה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2012 20:15 לינק ישיר 
אשריך ר' יצחק ווייס שנתפסת על דברי תורה!

די נאכט האבן די רשעי ישראל פון די משטרה הציוניות ארעסטירט דעם וואוילן בארימטען עסקן לשם שמים הר"ר יצחק ווייס הי"ו פון ירושלים. ‎​
 
לויט ווי ר' יצחק דערציילט האבן אין די פאליציי גערופן אינמיטן די נאכט וואו ער איז, און ער האט זיי געזאגט אז ער וועט זיין אינדערהיים אין אפאר מינוט. אנקומענדיג אהיים האבן די פאליציי פארלאנגט אז זיי ווילן ארויפגיין צו אים אהיים אונטערזוכן זיין קאמפיוטער, ר' יצחק האט געזאגט אז ער האט נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב נאר אין אפיס, און ער איז נישט מחוייב זיי צו דאס ווייזן היות ער האט א "פרעסע קארטל" וואס געט אים אטאמאטישער שוץ פון די פאליציי. די פאליציי האט אים דאן געזאגט אז אויב ווייזט ער נישט זיין אפיס קאמפיוטער וועלן זיי אים ארעסטירן, און זיי האבן אים טאקע ארעסטירט און אפגעפירט צו די יאח"ה פאליציי הויפטקווארטיר אין לוד. ‎​
 
אויפן וועג קיין לוד האבן אים די פאליציי דערציילט אז די סיבה פאר זיין ארעסט איז ווייל ער ווערט אנגעקלאגט אין מאכן פאשקעווילן, און פאררופן שטורעמישע דעמאנסטראציעס! ‎​
 
עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן וויי ווייט די רשעי ישראל גייען. ווי רבינו שליט"א האט שוין מרעיש עולמות געווען יענעם מוצש"ק ביי די דרשה ווען מ'האט ארעסטירט הרה"ח ר' עמרם שפירא הי"ו, אז די רשעים זוכן צו צוברעכן דעם כח פון די חרדים לדבר ה' בעיר ה' שמה, און מיט די צוזאמארבעט פון אפאר מוסרים פון בתוככי המחנה פארלייגן זיי זיך שוין אפילו אויף די שרייבער וואס שרייבן חומר הסברה קעגן די ציונים והנגררים אחריהם. ‎​
 
אין לוד האט ר' יצחק נאכאמאל פארלאנגט זיינע רעכטן זייענדיג א צייטונג שרייבער, און די פאליציי האבן זיך געמוזט בייגן און אים אהיים געלאזט פריי. ‎​
 
כלל ישראל צייגט סאלידאריטעט מיט דעם עסקן נמרץ, און איז מכריז ומודיע: אשרך שנתפסת על דברי תורה. חזק ואמץ!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2012 20:05 לינק ישיר 

סענאטאר, דו מיינסט אז ביי די ארונים איז נישטא קיין סיקריקים?
ביי ארונים איז דא קלוגע און טפשים. מענטשן און בהמות, ערליכע און נישט ערליכע.

איך טראכט אז די ארונים האבן א קליינע פראצענט סיקריקים, ליידער, אבער א משהו איז דא.

לגבי דעם פלי-בארגעין, ביזטו שוין מודה אז ער האט מודה געווען, דו זאגסט נאר אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה. דאס גלייב איך נישט. ווייל אויב ער וואלט עס נישט געטאן, וואלט ער נישט מודה געווען, און וואלט געהאט גענוג עדות אויפציווייזן אז ער איז בכלל נישט דארט געווען.

דו קענסט פראבירן מיר איינרעדן אז ער האט מודה געווען ווייל ער איז דארט געווען, אבער ער האט עס נישט געמאכט אליין. דאס קען אריינגיין אין קאפ. אבער מודה זיין אויף א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, וואלט ער זיכער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2012 18:54 לינק ישיר 

אויב דענק איך גוט האט ווייספיש גענומען א פלי בארגעין, דאס מיינט נישט אז ער האט מודה געווען על האמת, נאר פשוט ווייל ער האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות. ‎​
 
אגב, האט מען מיט אפאר וואכן צוריק ארעסטירט 2 אהרונים פון בית שמש מיט די זעלבע אויסרייד וואס מ'האט יעצט ארעסטירט ר' יצחק ווייס. זענען די צוויי אויך סיקריקים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2012 17:17 לינק ישיר 

ווייספיש האט מודה געווען אין געריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2012 00:37 לינק ישיר 

ווער האט באשלאסן אז ס'איז אמת? בית דין שרייבט דאך אין זייער בריוו אז ס'איז א בלבול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 23:20 לינק ישיר 

נא בית דין האלט אז מ'דארף מקיים זיין פדיון שבויים אפילו פאר א סיקריק.

ער האט פארברענט א סטאר נאך אלעם, אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 23:13 לינק ישיר 

און פאר דעם סיקריק ר' שמואל ווייספיש האט דאך דער גאנצער בית דין געשריבן א מכתב חיזוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 22:47 לינק ישיר 

געלעכטער.
זעהסט. דו ליינסט נישט וואס איך שרייב, דו ווארסט נאר אויף א שטויס-תגובה (נישט שיין פון דיר).

איך האב געשריבן גאנץ אנהייב, אז איך מיין יעדן חוץ ר' עמרם שפירא, וואס ער איז א חשוב'ער איד, א אמת'ער תורה'דיגער שיטה איד. די אנדערע וועמען מ'האט ארעסטירט נעכטן זענען סיקריקים. שלעגער, פוחזים וריקים מכל זיק אידישקייט.

אפילו זיי גייען מיט שווארצע רעקלעך און רעדן אידיש. משי זהב גייט אויך א לאנג רעקל און רעדט אויך אידיש !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 22:19 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
טאטעלע טייערער. ביי מיר הייסט אזא איד ווי רבי עמרם בלוי א לוחם מלחמות השם.
די אינגאלעך וועמען מ'האט ארעסטירט לעצטנס זענען סיקריקים. גארנישט מיט'ן רבונו של עולם, גארנישט קיין מלחמה לה' בעמלק.

סיקריקים עליך ישראל.


ר' עמרם שפירא איז א סיקריק... גאנץ שיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 22:02 לינק ישיר 

טאטעלע טייערער. ביי מיר הייסט אזא איד ווי רבי עמרם בלוי א לוחם מלחמות השם.
די אינגאלעך וועמען מ'האט ארעסטירט לעצטנס זענען סיקריקים. גארנישט מיט'ן רבונו של עולם, גארנישט קיין מלחמה לה' בעמלק.

סיקריקים עליך ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 21:26 לינק ישיר 

ס'וועט דיר גארנישט העלפן. שמואל חיים פאפענהיים ארעסטירט נישט די פאליציי ווייל זיי ווייסן פונטקליך וואו ער האלט בעניני השקפה ודעות, און ר' יצחק ווייס וועלכער איז א אקטיווער עסקן לכל קדשי ישראל ובפרט קעגן די מדינה הטמאה, ארעסטירן זיי יא ווייל ער שטייט זיי אין וועג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 19:24 לינק ישיר 

קעציל טייערער.
ביטע פארקויף מיר נישט קיין לאקשן. יצחק ווייס שלאגט זיך נישט מיט די ציונים. און די מלחמה לה' בעמלק אינטרעסירט אים ווי עס אינטרעסירט שמואל חיים פאפענהיים.

ער איז ביזי מיט דעם שונא פון זיין פארטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 03:48 לינק ישיר 

שמואל ווידער איז פארזיכערט אז ער וועט נישט ארעסטירט ווערן ווייל ער רייסט נישט אראפ די ציונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 00:11 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס דיר באדערט און וועלכע טייטלבוים דו רופסט נאצי. די פארשאלטענע פאליציי האט אים ארעסטירט פשוט ווייל זיי ווילן דערשטיקן דעם קול מלחמה במחנה. דאס איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון אומשולדיגע ארעסטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די לעצטע שטיק צייט קעגן ערליכע אידן, און זענען גרייט צו ארעסטירן יעדן וואס מ'קען נאר האבן א חשד אז ער איז פון די גודרי גדר ועומדים בפרץ, און היינט איז געקומען די רייע אויף ר' יצחק ווייס, אבער ב"ה ער איז באפרייט געווארפן פון די רשעים.

גודרי גדר ועומדים בפרץ (?)
ערליכע אידן (?)
אומשולדיגע ארעסטן (?)

איך קען איינעם וואס די דריי סטעיטמענטס איז גילטיג:
ר' עמרם שפירא.

לדעתי,
זענען די איבריגע נישט קיין ערליכע אידן, נישט קיין גודרי גדר און נישט קיין עומדים בפרץ און נישט קיין אומשולדיגע ארעסטן.

די ציונים זענען מינים אפיקורסים און רשעים, אבער די שלעגער וועמען מ'האט היינט ארעסטירט זענען אויך נישט פונעם אידישן  פאלק.


הייסט דאס אז זאליס זענען נישט פונעם אידישען פאלק? און ווער זענען די שלעגער וועם מ'האנט היינט ארעסטירט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 23:00 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס דיר באדערט און וועלכע טייטלבוים דו רופסט נאצי. די פארשאלטענע פאליציי האט אים ארעסטירט פשוט ווייל זיי ווילן דערשטיקן דעם קול מלחמה במחנה. דאס איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון אומשולדיגע ארעסטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די לעצטע שטיק צייט קעגן ערליכע אידן, און זענען גרייט צו ארעסטירן יעדן וואס מ'קען נאר האבן א חשד אז ער איז פון די גודרי גדר ועומדים בפרץ, און היינט איז געקומען די רייע אויף ר' יצחק ווייס, אבער ב"ה ער איז באפרייט געווארפן פון די רשעים.


גודרי גדר ועומדים בפרץ (?)
ערליכע אידן (?)
אומשולדיגע ארעסטן (?)

איך קען איינעם וואס די דריי סטעיטמענטס איז גילטיג:
ר' עמרם שפירא.

לדעתי,
זענען די איבריגע נישט קיין ערליכע אידן, נישט קיין גודרי גדר און נישט קיין עומדים בפרץ און נישט קיין אומשולדיגע ארעסטן.

די ציונים זענען מינים אפיקורסים און רשעים, אבער די שלעגער וועמען מ'האט היינט ארעסטירט זענען אויך נישט פונעם אידישן  פאלק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 22:56 לינק ישיר 

123news כתב:
על תפחד מפחד פתאום ומשאת רשעים!

חזק ואמץ!


כי עמנו קל!





די עמי הארצים דא, זענען א מוסר השכל וויאזוי מ'קוקט אויס אז מ'קען נישט קיין צורות אלף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אשריך ר' יצחק ווייס שנתפסת על דברי תורה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext