טייערער זאלונים, איר האט זיך אויסגעקליבן א שטריק ועם הארץ , און איר זענט סטאק מיט אים.
אין עולם התור''ה וחסידו''ת טראגט ער נישט קיין שום געוויכט.
און זאגט נישט אז דאס האט איר טאקע געזוכט און איר דארפט נישט בעסערס. נישט אומזינסט האט מען ליל שמיני עצרת אפגעשפארט אלע זאלוניש שולען ( על כל פנים אזוי האט מען פארארדענט), און נישט אומזינסט האט מען אויף שמחת תורה איינגעשפאנט די ספר תורה פון הייליגען דברי חיים זי''ע מיט די ליצנות'דיגע גזירות פון יא אדער נישט קישן, און נישט אומזינסט האט מען געצווינגען מהרז''ל פילאפף אריבער צוקומען פון זופניק קיין ראדני צו טאנצן די הקפות אויף די ספעציעלע סטעידזשעס געבויט להקטין הביזיונות.
איר פרובירט אלעס צו מאכן עפעס פונעם שטריק ועם הארץ.
כלל ישראל האט א גוטן נאז , ואם הרב דומה למלאך י' צבאות תורה יבקשו מפיהו , ומכלל הן אתה שומע לאו.
נשלח ב-17/2/2012 19:46
איך האב באמערקט אפאר אינטערעסאנטע זאכן. דער סאטמאר רבי האלט אין איין שמייכלען, אוןזעהט אויס זייער רוהיג און צופרידן, און דער בעלזער זעהט אויס אנגעצויגן און נערוועז, אויף קיין איין בילד שמייכלט ער נישט. אונטער די רביס שטייען נאר בעלזאר גבאים, ביים ארויסגיין האלט סאטמאר רבי אליינס זיין שירעם, בעת פאר דעם בעלזא'ר רבי האלט א צווייטער זיין שירעם.
נשלח ב-17/2/2012 18:09
סטראבערי כתב:
אויף די ווידעאו לעקט זיך ר אהרן געפערליך צום בעלזער, דאס באדערט מיר שוין סתם אלס כבוד סאטמאר.
ער בייגט זיך אזוי צו צום בעלזער בעת דער בעלזע זיצט קיל און רבי'ש....
ער האלט אים אין ווייזן אז ער קען בעלזע תורות...
און אז ער דארף אים זיך אויפטוען אז אין סאטמאר זעהט שובבים פרייטיג צופרי אויס ווי א' סליחות...
וואס דארף ער ווייזן פאר'ן בעלזער אז די סאטמארע נציג איז א שוואכע בר שכל?!
ער האלט און איין רעדן אזוי ווי א בחור פאר זיין שווער...
*
יעדער וועט מיר מודה זיין, (אוודאי נישט דא ברבים...) אז ר' זלמן לייב וואלט עס סך שענער געמאכט.
כפארשטיי בכלל נישט וואס די זארגסט זיך וועגן כבוד פין סאטמאר, דער ר אהרן פארטרעט בכלל נישט סאטמאר ער האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט זייט ער איז א איידעם אין וויזשניץ אין סאשא רעדט עברית ,ווער רעדט נאך זייט נ"ט ווען דער ברך משה האט עם ציגענימען אלעס
תוקן על ידי טאטלע ב- 17/02/2012 18:12:30
נשלח ב-17/2/2012 09:39
א וודאי ער וואלט דאס שענער געמאכט, למשל: פשיהא
נשלח ב-17/2/2012 09:04
פרייע אידישע איבערזעצונג פון סטראבערי'ס ווערטער:
א שאד א שאד אז ר' אהרן איז דער וואס האט פארטרעטן סאטמאר אין דעם פיוס, ווען ר' זלמן וואלט געווען דער נציג וואלט איך געווען פיל מער צופרידן.
=====
סטראבערי, יעדער זאלי וועט דיר מודה זיין (אוודאי נישט דא ברבים...) אז דאס איז די פינטל וואס באדערט אים.
נשלח ב-17/2/2012 07:44
אויף די ווידעאו לעקט זיך ר אהרן געפערליך צום בעלזער, דאס באדערט מיר שוין סתם אלס כבוד סאטמאר. ער בייגט זיך אזוי צו צום בעלזער בעת דער בעלזע זיצט קיל און רבי'ש.... ער האלט אים אין ווייזן אז ער קען בעלזע תורות... און אז ער דארף אים זיך אויפטוען אז אין סאטמאר זעהט שובבים פרייטיג צופרי אויס ווי א' סליחות... וואס דארף ער ווייזן פאר'ן בעלזער אז די סאטמארע נציג איז א שוואכע בר שכל?! ער האלט און איין רעדן אזוי ווי א בחור פאר זיין שווער... * יעדער וועט מיר מודה זיין, (אוודאי נישט דא ברבים...) אז ר' זלמן לייב וואלט עס סך שענער געמאכט.