באמבע: גאב"ד ירושלים איבער דעם באזוך פון בעלזא סאטמאר מהר"א
יעצט געהערט פרישע נייעס פון די מקורבים, נאכנישט הונדערט פראצענט באשטעטיגט
היינט אינדערפריה האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א זיך אינטרעסירט איבער וואס דער עולם רעדט. ווען איינער פון די מקורבים האט אים פארציילט איבער די נעכטיגע באגעגעניש פון בעלזא - מהר"א מסאטמאר, איז ער געווארן זייער ערענסט, פרעגנדיג: ער האט זיך נישט געקענט דורכ'רעדן מיט'ן היגן בית דין פאר'ן טוהן אזא שריט ?!
נאכדעם האט אים דער מקורב פארציילט אז די גאס זאגט אז ער קומט נישט קיין ירושלים, ווייל ער האט מורא צו קומען צום גאב"ד. דא האט דער גאב"ד זיך אנגערופן: ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן! ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן!
ווען דער מקורב האט אים איבערגעגעבן וואס די אהרונים זאגן (בחצרסאטמאר אין פארום בחדרי) אז די באזוך איז א נקמה אויפדעם וואס דער גאב"ד איז געגאנגען באזוכן די זאלונים אין קרית יואל, און אויפדעם וואס דער גאב"ד האט נישט געוואלט חתמ'ען קעגן די בני יואל'ער חתונה זאל. דא האט דער רב געגעבן א שאקל מיט'ן קאפ, זאגנדיג: נעבעך, נעבעך.
נשלח ב-19/2/2012 23:58
איך בעט אייך , לאזט במנוחה דעם רב פון ירושלים. ער ערהוילט זיך פון א לונגען אנטצינדונג.
נשלח ב-19/2/2012 23:48
צאן_ברזל כתב:
ס'איז אמת?
נשלח ב-19/2/2012 21:34
אויסגעהאלטן לויט'ן הייליגען דברי יואל זי''ע וועלכער האט באקומען כבוד מלכים ביי זיינע באזוכן אין ארץ ישראל אדאנק די ציוניסטישע פאליציי אויף פערד ווי די בילדער זענען דא לדורות צו פאראייביגען מעשה רב.
אויסגעהאלטן לויט'ן הייליגען דבריי יואל זי''ע וועלכער האט אויפגענומען ביי זיךאין שטוב ראשי וחברי כת המזרחי , נישט אין מאל און נישטצוויי מאל.
אויסגעהאלטן לויט'ן הייליגען דברי יואל זי''ע וועלכער האט געשריבן פאר'ן אמרי חיים זצ''ל א מזל טוב בשעת'ן שידוך פון מהר''א מיט'ן טיטול אוויפ'ן אמרי חיים ''הרב הצדיק'' , און דאס איז שוין געווען נאכ'ן הופעת ספר הקדוש ויואל משה , און נאך וואס דער אמרי חיים האט שוין געהאט גע'חתמ'ט אויפ'ן חוב קדוש לטובת די טמא'ענע בחירות 4 אדער 5 מאל.
יא לויט דעת רביה"ק זי"ע וועלכע האט באזוכט די אלע פרעמדע רבנים און בסוד וועל איך דיר זאגן אז אפילו לויט דעת "געלעכטער" וועלכע האפט שוין אויף דעם טאג אז די פרעמדע קריייזן זאלן מחשיב זיין דעם שטריק כאטש ענדליך צו וואס זיי זענען מחשיב דעם סאטמאר רב
כלל ישראל נתפעל פון די אויסגעהאלטענע שריטן פון אן אמת'ן מנהיג ישראל, וועלכער רעכנט זיך מיט דעת תורתינו הקדושה, און נישט מיט דעת המלעיגים.
וכמו נהגו גדולי ומנהיגי ישראל בכל הדורות.
נשלח ב-19/2/2012 19:26
אלזא?
נשלח ב-19/2/2012 19:01
די זאליס האבן זיך אויסגעקליבן א שטריק, און זענען סטאק מיט איהם. אין עולם התורה והרבנות טראגט ער נישט קיין שום געוויכט. און זאגט נישט אז זיי דארפן נישט און זוכן נישט בעסערס. נישט אומזינסט האט מען ליל שמיני עצרת אפגעשפארט אלע בתי מדרשים(על כל פנים אזוי האט מען באפוילן) . נישט אומזינסט האט מען איינגעשפאנט צו די הקפות אין ראדני דעם דברי חיימ'ס ס''ת און ארויסגעגעבן גזירות פון יא קישען אדער נישט קישן.
נישט אומזינסט האט מען געצווינגען דעם אייגענעם דיין מרז''ל פילאפף אריבער צו קומען פון זופניק קיין ראדני צו טאנצען אויף די ספעציעילע סטעידזשעס געבויט להקטין הבזיונות.
די זאליס פרובירן אלעס צו מאכן א ''יש'' פון שטריק , אבער עס גייט גאר גאר שווער.
כלל ישראל האט א גוטע נאז , ואם הרב דומה למלאך ה' צבאות תורה יבקשו מפיהו , ומכלל הן אתה שומע לאו.
נשלח ב-19/2/2012 18:57
צאן_ברזל כתב:
נשלח ב-19/2/2012 18:35
נשלח ב-17/2/2012 17:54
דער גאב"ד איז ליידער היינט ביי די אינגאטשעס אין טאש און איז אפגעפרעגט ביי אלעמען ובפרט ביי אלע חברי הנהלת העדה וועלכע פלאגן זיך צו פארוישן די ביזיונית וואס ער ברענגט זיי און סאיז נישט די ארוניםס דורכפאל נאר ליידער כלל ישראלס ממילא איז עס מן הדברים שהשתיקה יפה להן
נשלח ב-17/2/2012 07:26
ארגינעלער כתב:
די מעשב איז ריין שקר איך האף נאר אז ס'איז אמת נאך 3 מאל זאגן כאפט ער אויפן ווינק ענדליך איז ר' יצחק טובי ווייס געוואיר געווארן אז דער סאטמאר רבי וועט זיך נישט מיט אים ארורך רעדן עניני הנהגי אין ער וועט טיען וואס ער פארשטייט אין ער וועט טיען וואס די תורה פארלאנגט
אין די גאנצע וועלט האט דאס קלאר אין הויך געהערט ווער ס'איז סאטמאר אין ווער אין ווי מען מען מאכט החלטות אויף 6 צאנז קארט צי אין בניני זופניק
כא כא כא! וואס דו דארף ר אהרן גיין צום בעלזער וואס איז נאר ספק טריפה און מיט דעם ווייזן פאר'ן גאב"ד אז ער טוט וואס ער וויל?! זאל ר אהרן זיך אויפשטעלן אויפ'ן דאך פון'ם גרויסן בעלזען שוהל און אריינפרעסן א גרויסן דבר אחר, דאן וועט שוין דער גאב"ד כאפן אז ר אהרן טוט וואס ער וויל! (-: * ביי די וועי, איך האב איינגעפרעימט די קללות פון די אשכול אויפ'ן גאב"ד, צוזאמען מיט די קדשי קדשים טיטלען דמיונות וואס די ארונים האבן געווארפן אויפ'ן גאב"ד פאר'ן ווערן רב, ווען זיי האבן געדמיונ'ט אז עס וועט זיין א פליק פאר די זאליס, און מ'האט איינגעוויקלט די בלאט אין 17 בעקיטשעס לכבודו, אין ווינציגער ווי א יאר שפעטער האט ער ענק אריינגעשטאכן א שירעם פון אינטן ווען ער איז געגאנגען צו סאטמאר פאר די ארונים, צו קווינס ישיבה, און צו די מהר"יי סאטמאר אין מאנראו! און היינט דארפן ענק שוין באקן לשון הרע'ס אויף אים, און הייליג מאכן דעם בעלזן בער אנשטאט! -א וועלט!
נשלח ב-17/2/2012 03:58
ר' יונה כהאלט אויך אז סאיז א נערישקייט צי העצן יעצט אויפן גאב"ד אין די צייט וואס די מעשה פון היינט צופרי האט קיין הענט און קיין פיס און טראץ וואס דער גאב"ד איז אין טאש ביי די סיקריקים פאסט נישט צי רעדן אויף איינעם וואס איז למעשה גאב"ד העדה מדארף טוען וואס די הנהלת העדה טוט כסדר מיט אים מפרובירט מונע זיין די בזיונית וואס די סיקריקין לייגן ארויף אויף אים און מטוט וואס מהאט צו טוען גלייכצייטיג אויב מעג מען אינזינען האבן רב אלישיב מעג מען אוודאי מוסיף זיין א קאפיטל פארן גאב"ד בקל וחומר רבי "יצחק טובי' בן רייקל" לרפואת הגו"נ
ביי די וועי מעג דער עולם הערן אז הרה"ח ר' שלמה פאפענהיים יו"ר הנהלת העדה החרדית האט איבערגעגעבן פארן רבין מיט עטליכע וואכן צוריק בשם פון מרן הגאב"ד רב דושינסקי זצוק"ל אז ער האט אים פערזענדלייך געבעטן פאר זיין פטירה אז היות ער האט כסדר געהאפט צוריקצידרייען דעם רעדל איבער די בעלזא מחלוקה (איבער בי"ד און סאטמאר פריוואט מרעדט נישט פון ציונית) בעהט ער אז היות עס איז נאכנישט צעשטאנד געקומען זאל ער זעהן סזאל נאך צוריגעדרייט ווערן עכ"ל
ממילא אויב וויל יוסעלע פליט זיין גליקליך מיט א טייפינג פון עבריתישע אותיות מעג ער וויסן וואס דער יו"ר ההנהלת העדה ר' שלמה איבערגעגעבן פארן רבין און ער איז טאקע אויך געקומען אינאיינעם מיט נאך 5 חברי הנהלה צו מקבל פנים זיים דעם רבין ביים אנקומען אין עיר פארט
תוקן על ידי גרוינים ב- 17/02/2012 04:15:59
נשלח ב-17/2/2012 03:51
מה לי ''היתר פון טאש'' אדער ''היתר מאה רבנים''. עס איז אלעס איינס.