בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/2/2012 16:52 לינק ישיר 
אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

יא צו בעלזא: http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=38006 

ניין צו עדה: http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2943978  

צי עס באדערט איינעם אדער פארקערט, איז שוין א שמועס פאר זיך. קודם נאר די פאקטן.



תוקן על ידי אומזיסט ב- 16/02/2012 17:13:03





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 21:28 לינק ישיר 


וואסשע,
עס טוט מיר לייד אבער איך האלט דיך ביים ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 21:09 לינק ישיר 

לאנצוט!! ביזט מיר צו קלוג איך זאל וועלן שטיין מיט דיר אין ווארט.....
על כל התגובות כולו יצא... ביי ביי...


תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 21:10:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 21:02 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פון דעם.

ער שרייבט:
"איצט ווען דער גאב''ד שליט''א איז געגאנגען באזיכען א תלמוד פון הכל שלמה, א מוסד וואס הרה''ק מבריסק זי''ע האט געפאסט ביי איר עפענונג, און איר געלייגט און חרם, זעט נאך א סאך מער וואו גערעכט סאטמאר איז געווען, מיט האלטן א דערווייטערונג פון די עדה, מיט אירע סיקריקים, (וכבוד של הגאב''ד שליט''א במקומו מונח?)"

וואס מיינט דאס?
איז עס אמת אדער פוסט שקר ווי רוב היידפארק מעשה'לעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 20:55 לינק ישיר 

 

קוקט צו מיט שטוינונג ווי די אהרונים שפעטן אויפן גאב"ד ירושלים אלעס פארן איינציגן חטא פון אנערקענען דעם גרויסן מנהיג ישראל די סאטמארער רבי שליט"א החונה במקום אבותיו הק' וויליאמסבורג יצ"ו


פון די אהרונישען פארום:


פארוואס זענען די זאליבאנצעס אזוי באטראפעצט, און גערעגט. אויף די ''פגישה''?

דער הסבר איז גאנץ פשוט

פארוואס טאקע, האט זיך רבינו שליט''א נישט דירוך געשמיעסט מיט הרב ווייס בעפאר די ''פגישה''?

דאס איז אמאל זיכער אז ווען דער מונחת יצחק, אדער הגה''ק רבי משה ארי' זי''ע, אדער הרב דשינסקיא ז''ל, וואלטען ווען נאך היינט געלעבט, וואלט זיך רבינו שליט''א מיט זיי דירוך געשמיעסט,

אלזא, פארוואס מיט הרב ווייס האט זיך רבינו שליט''א נישט דירוך געשמיעסט?

לאמיר זיך אביסל אויף פרישען די זיכרונות,

נאך די הסתלקות פון הרב דשינסקיא ז''ל, בשנת תשס''ג האט שוין דער זאלי טיפוס געבושעוועט מיט א שטארקייט און די גאס, דאס עקירות התורה, והירוס הדת, איז שוין דאן געווען בתקפו, מיט אלע אירע שיינע קאלירפולע שמות וכניים, נועם המידות, הנהגת התורה, החזרת עטרה ליושנה, אהבה מסתרת, עת לעשות לה' וכו' וכו', וואס איז בסך הכל געווען א קייט פון עקירת התורה, און הירות הדת,

איין זאך וואס האט נאך געפעלט פאר די זאליבאנצעס, די עדה,

און די עדה האבן זיי נאך נישט געהאט קיין דריסות הרגל,

נאך ווען רבי זאליקא האט נאך געוואוינט און ארץ ישראל האבן זיי פראבירט זיך אריין צו ריקען און די עדה, און געוואלט אז ר' זאליקא זאל ח''ו ווערן א חבר הבד''ץ, אבער אן ערפאלג,

די עדה האט נישט געהאלט ביים אריין נעמען און אירע רייען, אזא שטרוי זאק וואו אונזער שיינער רבי זאליקא, זיי האבן אים בשאו''א נישט געוואלט אקסעפטירן אלס א חבר הבד''ץ, טראץ די אלע סטראשערייען און שעלטערייען פון די דעמאלסדיגע א''ג פילאטען בן פראדל מיט בן צבי קעסטנבוים,

ווען רב דשינסקיא ז''ל איז נפטר געווארן האבן די זאליס געטראכט אז איצט וועט עס זיי יא געלונגען, און זיי האבן אנגעהויבן צו פארארבייטן מעשים אריין צו ריקן און די עדה זייערס א מענטש, א יוד וואס פארקויפט גערן די גאנצע תורה מיט אלע אירע מצוות פאר א נזיד עדשים, און פארקויפט זיך די נשמה פארן שטן, פאר בלויז א גלאטן פיפציגער רח''ל,

אזוי ארום האבן זיי געוואלט דימאנירן די עדה, און אויסניצען דעם פרעסטישפולער נאמען פון די עדה, אויף זייערע אונטערעסן, און אויסצושפרייטן די זאלישע אידילאגיע ביים כלל ישראל רח''ל,

דער הייליגער באשעפער האט דאן געהאלפן, און די זכות פון די גדולי ירושלים וואו הרה''ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, הרה''ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי''ע, רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע, אז עס איז מקיים געווארן ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמר ה', און רבי מנשה שליט''א איז פארבליבן זיצן מיט א פעסטקייט און די לישכה, און ברוקלין, וואו ער וועט לכאורה פארבלייבן ביז ביאת מלכא משיחא.

און יענע שטורמישע טעג האט הנהלת קהלתינו הק' פון דא און ניו יארק געארבייט מיט מס''נ ממש, צו ראטעווען די כבוד פון עדה, און דעם כבוד פון ירושלים קרתא דשפריא, און בחסדי השם האט איז די הארוואניע נישט געגאנגען לאיבוד, און הגה''צ רבי יצחק טובי ווייס שליט''א איז אויפגענימען געווארן אלס גאב''ד ירושלים עה''ק, עד ביאת משיח,

הגה''צ רבי יצחק טובי ווייס שליט''א, איז געווען א דיין און די שטאט אנטווערפן, און א דאנק קהל יטב לב ד'סאטמאר, איז ער נתעלה געווארן, און ער האט זוכה געווען צו זיצן על כס הרבנות בירושלים עה''ק, וואו עס זענען געזיצן גדולי ארץ, קדושי עליון, שהיו מעניקים החמה בקומתם ובקדושתן,

דער ערשטער מאל וואס הגה''צ רבי יצחק טובי ווייס שליט''א איז געקימען קיין אמעריקא, אלס גאב''ד ירושלים, האט סאטמאר אים צוגעשטעלט אן הערליכע קבלת פנים, ווען צענדליגע טויזענער סאטמארע חסידים האבן זיך צוזאם גענימען און בית מדרש הגדול און קרית יואל, ובראשם כ''ק רבינו שליט''א, אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, וכבוד ירושלים, פארן גאב''ד שליט''א,

בלויז איין טאג נאך דעם הערליכען קבלת פנים, איז דער גאב''ד שליט''א געגאנגען אפשטאטען א באזוך ביי די אנשי סאסמאן, וואס דארט איז די נעסט פון אלע פינסטערע עלעמענטען, וואס פירן שוין צענדליגע יארן א פארלוירענע קאמפ מיט סאטמאר ב''ה אן סוקסעס, דער אייבישטער זאל טאקע ווייטער העלפן, וואס דארטן דאווענען אפשר 15 פארצענט פונעם שטעטל, און די רעשט 85 פארצענט איז דער בית אנשי סאסמאן א געהעריגע בית מינים, און טרעטן נישט דארט אריין,

דערמיט האט דער גאב''ד שליט''א געשלאגען א רעקארד, צו זיין די ערשטע אפיציעלע רב, אריין צו גיין און א געביידע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט איר איין אייציגסטע ציהל, צו באקעמפן ק''ק יטב לב ד'סאטמאר, מיט איר גרויסן הייליגן מנהיג, דער ראש גולת אריאל כ''ק רבינו שליט''א,

ווען די אייניקליך פונעם ברך משה זי''ע האט זיך געקלאמערט אויף די גראדע ווענט, אז זיי זאלן באקימען ציטריט צו זייער זיידע כ''ק רבינו הברך משה זי''ע, זיי האבן דאן געניצט אפי' לעגאלע מיטלן, און דער גאב''ד שליט''א האט זיך דאן אריין געמישט און געלאזט הערן זיין מיינונג, עס איז פארן גאב''ד נישט אנגעגאנגען די צער און ווייטאג פון די אייניקליך פונעם ברך משה זי''ע,

משא''כ ווען די זאליבאנצעס און בני ברק בארויבן שוין די מוסדות הק' איבער 6 יאר, און די מוסדות ראנגלען זיך אויף זייער עקזיסטענץ, האט מען נישט געהערט פונעם גאב''ד שליט''א קיין איין ווארט, טראץ וואס די זאליס זענען געגאנגען און בג''ץ, דאך האט דער גאב''ד שליט''א (געשטערט) זיך נישט געמישט, איידל גערעד,

סאטמאר האט דאן איין געזען, איז וואו לאנג די עדה ווערט מאנפאלירט דירוך מענשטען מיט בייזווילגע אונטערעסן איז כמעט מן הנמנע אז עס זאל בכלל שייך זיין א צוזאם ארבייט,

סאטמאר האט דאן מחליט געווען, אז עס איז דא נאר איין איינציגסטע גענעראל, דאס איז כ''ק רבינו שליט''א, און נאר זיין ווארט איז מאסגעבנד, און נאר זיינע הוראות דארף מען אויסהארכען,

די ריזען שרייענדע קול קורא'ס פון התאחדות מיט די עדה, איז דאן ווערט געווארן און די אויגן פון סאטמאר כקליפת השום, און ב''ה ביי רוב כלל ישראל איז דאס היינט די זעלבע,

כמעט קיינער ווערט שוין נישט ערציטערט ווען מען זעט א קול קורא, ירושלים תתן קולה, תורה תורה חיגרו שק, הזהרה, איסור חמור,

(איצט ווען דער גאב''ד שליט''א איז געגאנגען באזיכען א תלמוד פון הכל שלמה, א מוסד וואס הרה''ק מבריסק זי''ע האט געפאסט ביי איר עפענונג, און איר געלייגט און חרם, זעט נאך א סאך מער וואו גערעכט סאטמאר איז געווען, מיט האלטן א דערווייטערונג פון די עדה, מיט אירע סיקריקים, (וכבוד של הגאב''ד שליט''א במקומו מונח))

דאס איז די סיבה לכאורה פארוואס פאר די זאליבאנצעס מיט די סיקריקים זענען אזוי פארווייטאגט פארוואס רבינו שליט''א האט ניטאמאל געלאזט וויסן פארן גאב''ד שליט''א די לעצטע אנטוויקלונגען בנוגע בעלזא,




תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 21:00:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 05:45 לינק ישיר 

לדעתי: איז שוין דער קאלענדער אנגעצייכנט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט באזוכן דעם בעלזער.
קודם האקט מען, נאכדעם באזוכט מען.

עי' קלויזנבורג. וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 00:02 לינק ישיר 

וואסזשע כתב:
די רבי אין קרית יואל האט אנדערש געזאגט.....


זיי מסביר,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 00:00 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
הייסט דער באזוך איז מטעם ווייל דער שולחן ערוך פארלאנגט אז נאך מחילה דארף מען באזוכן, צי דאס איז מטעם ווייל ער איז זיין שוואגער?


א גוטע קשיא...פארוואס עסט מען מצה ביים סדר ווייל ס'פסח אדער ווייל די תורה הייסט??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 23:09 לינק ישיר 

רב הסוער!! אהא, תורה חדשה מאתך תצא, דאכט זיך אז דו ביזט בגדר מהרהר אחרי רבך!!!
די רבי אין קרית יואל האט אנדערש געזאגט.....

אפשר ביזטו פון די וואס די רבי האט געזאגט: ווער עס פארשטייט, פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 23:03 לינק ישיר 

הייסט דער באזוך איז מטעם ווייל דער שולחן ערוך פארלאנגט אז נאך מחילה דארף מען באזוכן, צי דאס איז מטעם ווייל ער איז זיין שוואגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 22:15 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
וואסזשע, מילא ר' חיים האלט אים נישט ביים אועקשענקן קיין צייט פאר אבאזוך, אבער  צו רב שטיינמאנ איזנישטא קיין שום תירוץ בעולם.


נאכאמאל איך ווייס אז קאמאן סענס, און דער שו"ע קלעפט נישט ביי ענק און קאפ, אבער איך וועל פרובירן נאך איינמאל:

רב שטיינמאן איז נישט זיין שוואגער, ער האט גארנישט מיט איהם איינגעשטויסן, אויב ער באזוכט איהם נישט מיינט נאך נישט אז ער האט עפעס קעגן איהם פערזענליך,

ווידער נישט באזוכען א שוואגער, מיינט אז מ'איז פערזענליך ציקריגט מיטן בעלזער, און די דורות הבאים דארפן וויסן אז די מלחמה לה' בעמלק איז נישט קיין "אדם באדם",

איבערהויפט ווען זיי אייגען שוואגער האט זיך אזוי משפיל געווען פאר די וועלט, קען מען נישט זיין קיין אומענטש (זאל"י בלע"ז) און איגנארירן, די דורות הבאים דארפן וויסן אז די מלחמה לה' בעמלק איז מיט נימוס און לשם שמים, דרכי' דרכי נועם, נישט קיין חצוניות'דיגע ווילדע נגיעות, וואס אזא סארט מחלוקה איז סופה אינה להתקיים, ווי חז"ל לערנען אונז




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 22:04 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
אז ר' אהרן איז יא אזא מייסטער קאפ אין חינוך און איז גרייט - למען השלום אוועקצוקוקען אויף אלעם (נישטא ווער ס'זאל לאכן...) - אבי עס זאל זיין שלום, פארוואס פארט ער ביז ארץ ישראל שלום מאכן מיט זיין בעלזא שוואגער? ‎​
 
פארן חינוך איז דאך בעסער אז ער מאכט קודם שלום מיט די אמעריקאנע, טא פארוואס מאכט ער נישט שלום מיט זיין ברודער פון אמעריקע?


למען הפונקטליכקייט, ווי איך דענק איז דער בעלזער געווען דער וואס האט געשיקט ביז אמעריקא 10 דיינים צו מפייס זיין רבותינו, נישט ר' אהרן צו דער בעלזער, איז דאך דער בעלזער וואס האט מחליט געווען צו מאכן שלום מיט סאטמאר נישט ר' אהרן מיטן בעלזער,

ר' אהרן איז גרייט יעדן טאג צו מאכן אויך שלום מיטן ברודער ער זאל נאר טאן די זעלביגע ווי דער בעלזער: תשובה טאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 21:42 לינק ישיר 

וואסזשע, מילא ר' חיים האלט אים נישט ביים אועקשענקן קיין צייט פאר אבאזוך, אבער  צו רב שטיינמאנ איזנישטא קיין שום תירוץ בעולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 20:46 לינק ישיר 

און אויב גייט ער שוין יא באזוכן לטובת החינוך פרעמדע רבנים, דאן מה נשתנה דינא דשטיינמאן וקנייבסקי??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 20:34 לינק ישיר 

אז ר' אהרן איז יא אזא מייסטער קאפ אין חינוך און איז גרייט - למען השלום אוועקצוקוקען אויף אלעם (נישטא ווער ס'זאל לאכן...) - אבי עס זאל זיין שלום, פארוואס פארט ער ביז ארץ ישראל שלום מאכן מיט זיין בעלזא שוואגער? ‎​
 
פארן חינוך איז דאך בעסער אז ער מאכט קודם שלום מיט די אמעריקאנע, טא פארוואס מאכט ער נישט שלום מיט זיין ברודער פון אמעריקע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 15:11 לינק ישיר 

וואסזשע, אפשר ווייזטו מיר ווי איך האב דיר עפעס מודה געווען ?

נישט דא אויף וואס מודה צו זיין, יעצט לוינט זיך פאר ענק אזוי, מארגען וועט זיך לוינען אנדערש.

יעדער פארשטייט אז רבי אהרן און זיינע חסידים זענען ענקערע בליט שונאים, און יעצט האט עטץ א געלעגנהייט צו ווארפן שמיץ אויף זיי, איז בעלזא יעצט ענקער שטעקן, היתכן רבי אהרן איז געגאנגען צו זיין שוואגער? ווען עס וועט קימען די טאג וואס עס וועט זיין שלום אויך מיט ענק, וועלען די אלע עבירות נישט מער זיין קיין עבירות, ווייל דער אמת ווייסטו אויך אז אלע חטאים זענען אדער ליגנט אדער אויפגעבלאוזען הינדערט מאל ערגער ווי עס איז באמת.

און טאמער איז יא דא עפעס וואס איז אמת, איז עס נישט אזאך וואס קען זיין א סיבה מען זאל זיך נישט מעגען טרעפען מיט דער מנהיג פון דעים חסידות.

זיך אליין צו פאפען האט אויך א שיעור, שטוץ צו שרייבן אזאנע לאנגע דרשות מיט שטיתם וואס יעדער קען נאך גיין די זאכען אין זעהן אז עס איז ליגנעט אדער אנגעבלאזן, שרייב פשוט דעם אמת אז עס שטערט ענק יעדער זאך וואס רבי אהרן טיט.

איך הער אויך וואס נישט בעלזא רעדען, דער גאס, דער חרדישער גאס, קיקט ארויף אויף רבי אהרן אז ער האט געלייגט פערזענליכע חשבונות אין דער זייט, און אפילו ער ווייסט אז צווישען זיינע חסידים וועלען זיין געניג וואס וועט דאס נישט שמעקן, דאך האט ער פארשטאנען אז דער צו השעה איז, אז גדולי ומנהגי ישראל זאלען זיך לעבען בשלום.

עס איז שוין צייט עס זאל אריינגיין אין ענקערע פלאטשיגע קעפלעך, אז די פרובלעם פון ציוניזעם איז שוין לאנג עבר ובטל מן העולם, די אלע שקצים און שיקסעס וואס זענען קינדער פון היימישע אידען, זענען נישט אפגעגליטשט געווארען פונם אידישען דרך וועגען ציוניזעם, נאר וועגען אנדער פרובלעמען וואס איז דא היינט אין דור, וואס דאס האט גארנישט צו טוהן מיט קנאות, און דאס איז פרובלעמען וואס אלע חרדישע אידען האבען דאס, בלי קשר וועלכע שיטה מען האלט.

און דאס פארשטייט א מנהיג ישראל ווי רבי אהרן וואס עס טיט אים וויי דע חינוך פונם דור, און ער קיקט נישט נאר וואס איז גיט פאר זיינע חסידים, און כדי צי טרעפן עצות, איז די ערשטע זאך אז די מנהיגי הדור זאל'ן זיך לעבען גיט, און אוועק לייגען אייגעגנע קליינע אינטערעסן. 

געדענק וואס איך זאג דיר יעצט, איך בין נישט קיין נביא, אבער דער שכל הישר זאגט אזוי, די וועסט אויפאיינמאל זעהן נאך רבי'ס וואס זענען געווען ציקריגט און מאכן שלום, ווייל פארן עתיד פון יודישקייט איז דאס די וויכטיגסטע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext