די בעלזער מאכט דאס גענאר פון ר' אהרן, קוקט אויפן קליפ וועט איר הערן און זעהן ווי דער בעלזער פרעגט ר' אהרן אויב עס איז די ערשטע מאל וואס ער איז דא אין ארץ ישראל, ר' אהרן פילט דעם שטאך ביזן זיבעטע ריפ און דרייט זיך רעכטס און לינקס דערנאך געט ער פרעג וואס?! אאםם ניין עס איז נישט דאס ערשטע מאל.....
נשלח ב-17/2/2012 20:16
סעלפאן, ער פרעגט נישט דאס. ער פרעגט וויאזוי ער שפירט זיך אין ארץ ישראל. אין מיינע אויגן מאכט ער נישט דאס גענאר, דער בעלזער איז פשוט פארלוירן און קען עפעס נישט ציען דעם שמועס ווי עס באדארף צו זיין.
א מבין קען באמערקן אינעם שמועס אז דער רבי אהרן איז פיל מער פון דעם בעלזער שוואגער אין לערנען און ידיעות בחסידות ובמנהגים, עס איז פשוט נישט צום פארשטיין פון בעלזא אז זיי זאלן ארויסגעבן דעם קליפ.
דער רבי פון סאטמאר רעדט פון בעלזער תורות און דער בעלזער איז נישט עפעס נישט אינדערהיים.
עס איז נישט דעם בעלזער רבי וועמען איך האב געמיינט איך קען.
נשלח ב-17/2/2012 20:29
לאנצוט, פון א שמועס פון פערציג מינוט און ארויסגעבן א געהאקטן קליפ פון דריי מינוט קען מען נישט וויסן וואס דארט האט זיך באמת אפגעשפילט.
נשלח ב-17/2/2012 20:40
דייקן. ביסט גערעכט, מ'קען גארנישט זעהן פון 3 מינוט. אבער פון די דריי מינוט וואס זיי האבן געלאזט, זעה איך פארוואס די איבריגע 40 מינוט איז אראפגעשניטן...
נשלח ב-17/2/2012 22:34
אלס א דרויסענדיגער נישט קיין סאטמערער אדער בעלזער שפיר אז ר' אהרן האט נאר געטוען א גיטע זאך מיטן מאכן שלום,