בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס ירושלימע רב קומט נישט באזוכן ביים סאטמאר רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/2/2012 10:52 לינק ישיר 
פארוואס ירושלימע רב קומט נישט באזוכן ביים סאטמאר רבי

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער סאטמאר רבי שליט"א געפונט זיך אין אר"י (כמו שנאמר...). זייט ער איז סאטמאר רבי, ער איז שוין געווען עטליכע מאל אין ב"ב, און איינמאל אין ירושלים. 
אלע מאל ווען דער סאטמאר רבי שליט"א איז געפארן קיין ב"ב (איינמאל כמעט אויף א גאנצע וואך), איז ער געגאנגען באזוכן ביי אלע רבנים און אדמורי"ם פון שטאט, פונקט אזוי ווען ער איז געווען אין ירושלים איז ער געגאנגען ביי אלע רבנים און אדמורי"ם פון ירושלים.
ווען ער איז געווען א באזוך אין ב"ב, איז עער קיינמאל נישט געפארן קיין ירושלים זיך טרעפן מיט איינער פון די רבנים, נישט דער ירושלימער רב, און נישט דער ראב"ד, און אויך נישט אנדערע רביים און רבנים. פונקט אזוי ווען ער איז געקומען עקסטער קיין ירושלים, איז ער נישט אראפ געקומען קיין בני ברק, אפילו נישט באזוכן ביי זיין שווער אדער ביי הרב וואזנר שליט"א.
ער גייט יעדן מאל עקסטער צו אנדערע פלאץ. ווען ער איז אין ב"ב איז ער אין ב"ב. ווען ער איז אין ירושלים איז ער אין ירושלים. ווען ער איז אין בני ברק באזוכט ער ביי די בני ברק'ע רבנים ואדמורי"ם, און ווען ער איז אין ירושלים באזוכט ער ביי די ירושלימ'ע רב, רבנים און אדמורי"ם.

אבער די שאלה איז, צו די ירושלימ'ר רב, וואלט זיך נישט געפאסט קומען עקסטער קיין בני ברק באזוכן דער מנהיג ישראל וואס געפונט זיך נישט ווייט פון איהם?
וואלט דאס געווען די ערשטע מאל, וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז צוליב זיין שוואכקייט נאך זיין אין שפיטאל באזוכן ביי רב אלישיב. וואלט דאס געווען די ערשטע מאל וואלן די זאלונים געקענט זאגן אז ס'איז צוליב דעם אז דער סאטמאר רבי האט זיך געטראפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער, אהן איהם צו פרעגן. אבער, ס'איז נישט דעם ערשטע מאל, טו וואס איז דער תירוץ אויף די פריעדיגע מאל?


תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 11:07:50




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 20:01 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:


מ'קען זיין אז אלע פאקעווילן זענען מקורם אויף היידפארק, ווי די באבע מעשה איז אנדעקט געווארען אין א ברעקינג אשכול
אין פין דארט שיקן מען עס ארום אלס אפיציעל מחאה פינעם ביד''ץ אין גאב''ד.....
אזא פנים טראגט דארט אלעס

תוקן על ידי היראים ב- 20/02/2012 20:02:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2012 04:18 לינק ישיר 


איך פארגין פשוט פאר די ישיבה פאר התורה, פאר'ן באקומען אומזינסטיגע אדווערטייזמענט חנם אין כסף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2012 03:42 לינק ישיר 

וואס איז דער ישיבה פאר התורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 21:46 לינק ישיר 

וואס קען מען שוין ערווארטן פון איינעם וואס האט מעמיד געווען צלם בהיכל און אויפגעשטעלט בפלטרין של מלך דעם טריפה'נעם פובליק סקול רח''ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2012 20:21 לינק ישיר 

נו פאסט נישט אזויפיל אז דער מאנרא רבי זאל באזוכן דעם ירושלימער רב נאך וואס ער ליידט פון א לונגן אנצונדיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 19:44 לינק ישיר 

טייערע שרייבער לאמיר אראפקריכן און אפלאזן דעם טייערען ירושלימער רב וראש ישיבת פאר התורה שליט''א.

ער ערהוילט זיך יעצט פון א לונגען אנטצינדונג. ער זאגט גארנישט. ער קריטיקירט גארנישט. ער קאמפלימענטירט גארנישט.

לאזט אים זיך ערהוילן און צוריקקומען צו די אמאליגע כוחות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2012 14:16 לינק ישיר 

בכלל עס איז א וואנדער וואס מען מאכט זיך צוטוען פון א צעטיל וואס חותמו מעיד עליו אז עס שטאמט פון א געוויסע בית היוצר פון שקרים געשוואלענע קעפ פול מיט נארישקייטן פון אזעלכע וואס אויף זיי זאגט מען בטלה מביאה לידי שעמום ושעמום מביאה לידי שגעון און די האלטן שוין נאך שגעון .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 13:44 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:


ליין צום ערשט ווואס איך האב געשריבן, אין שפפעטער ענטפפער דיינע חלומות וואס האסט קאפי גענומען פון הייד פארק שרייבערס.
צום ערשט זיי מיר מוחל ענטפערן פארוואס דער ירושלימער רב איז פאר דריי יאהר צוריק, נישט געקומען באזוכן סאטמארע רבי אין בני ברק.
שפעטער ענטפער פארוואס דער ירושלימער רב איז געגאנגען באזוכן ביי די געאסרטע בני יואל וואס איז א פגיעה אין מרא דאתרא, א פגיעה ביים סאטמארע רבי דער ברך משה, און א פגיעה ביים פסק פון בי"ד עדה החרדית.

תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 13:09:03

 




איך געדענק נישט וואס איז פארגעקומען 3 יאר צוריק . איך רעדט וועגען יעצט די האסט געפרעגט פארוואס די גאבד קומט נישט יעצט קיין ב"ב צי באזוכען . די תירץ שטייט אויפן צעטיל
פון דעם אליינס זעהסט טו אז די צעטל איז אמת ווייל אויב נישט וואלט ער זיכער געקומען קיין ב"ב אויף א באזוך...


האסט נאכאמאל נישט געליינט וואס איך האב געשריבן, איך האב בכלל נישט געפרעגט אויף יעצט.
איך דארף נישט קיין ראיה אויף צעטעלעך, די צעטל איז הונדערט פראצענט אמת, אמת אז מ'האט דאס געשריבן אויף הייד פארק. אבער אז ס'איז נישט געווען, נישט געפלויגן און נישט געשטויגן, לא היה ולא נברא, איז אויך נישט קיין ספק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 13:43 לינק ישיר 
ירושלים'ער רב

לא המקום מכבד את האדם אלא האדם מכבד את מקומו...................

האט איינער געוואוסט פון הרב ווייס שליט"א פון אנטווערפען???????????????????????????????????

ירושלים'ער רב איז פונקט אזוי גלייך ווי אפגאניסטאנער רב...............

די פריערדיגע גדולים האבען דאס געמאכט פאר א יש אבער דער איצטיגער רב מיט די גאנצע חברה עדה'ניקעס זענען נישט מער ווי פאליטיקאנטען מיט געלט אינטרעסען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 13:30 לינק ישיר 

ס'גייט מיר זייער וייניג אהן, וואס איז די מיינונג פון דער ירושלימער רב אויף דעם באזוך, אזוי וואו אלע זייענע מיינונגן.

אבער, אזא מין סארט ראיה, פון א מענטש וואס דעם מינימאלישע שכל האט נישט געהאט פאר דריי יאהר צוריק, קומען באזוכן סאטמאר רבי, און וואס האט געמאכט דאס פארקערטע פון נארמאלקייט וואו ער האט געמאכט מיט גייען באזוכן אין קרית יואל ביי די געאסערטע בני יואל אין ביי די שונאים פון מרא דאתרא, אנטקעגן די אייגענעם דעה פון הנהלת העה"ח. זאל איך פראבירן צו פארשטיין פארוואס די מאל ער קומט אויך נישט, דאס איז נישט א ראיה אויף אתה חונן לאדם דעת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 13:18 לינק ישיר 

SIM89 כתב:


ליין צום ערשט ווואס איך האב געשריבן, אין שפפעטער ענטפפער דיינע חלומות וואס האסט קאפי גענומען פון הייד פארק שרייבערס.
צום ערשט זיי מיר מוחל ענטפערן פארוואס דער ירושלימער רב איז פאר דריי יאהר צוריק, נישט געקומען באזוכן סאטמארע רבי אין בני ברק.
שפעטער ענטפער פארוואס דער ירושלימער רב איז געגאנגען באזוכן ביי די געאסרטע בני יואל וואס איז א פגיעה אין מרא דאתרא, א פגיעה ביים סאטמארע רבי דער ברך משה, און א פגיעה ביים פסק פון בי"ד עדה החרדית.

תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 13:09:03





איך געדענק נישט וואס איז פארגעקומען 3 יאר צוריק . איך רעדט וועגען יעצט די האסט געפרעגט פארוואס די גאבד קומט נישט יעצט קיין ב"ב צי באזוכען . די תירץ שטייט אויפן צעטיל
פון דעם אליינס זעהסט טו אז די צעטל איז אמת ווייל אויב נישט וואלט ער זיכער געקומען קיין ב"ב אויף א באזוך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 13:02 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:

http://twitpic.com/8l7h3t 

ליין דעם צעטיל אין נאכדעם זאג מיך צי די פארשטייסט שוין פארוואס די גאבד גייט עם נישט באזוכען....


ליין צום ערשט ווואס איך האב געשריבן, אין שפפעטער ענטפפער דיינע חלומות וואס האסט קאפי גענומען פון הייד פארק שרייבערס.
צום ערשט זיי מיר מוחל ענטפערן פארוואס דער ירושלימער רב איז פאר דריי יאהר צוריק, נישט געקומען באזוכן סאטמארע רבי אין בני ברק.
שפעטער ענטפער פארוואס דער ירושלימער רב איז געגאנגען באזוכן ביי די געאסרטע בני יואל וואס איז א פגיעה אין מרא דאתרא, א פגיעה ביים סאטמארע רבי דער ברך משה, און א פגיעה ביים פסק פון בי"ד עדה החרדית.

תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 13:09:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 12:52 לינק ישיר 

דער צעטיל וואס וואס שטאמט מכלומר'שט פון ירושלים'ער רב איז מהחל ועד כלה נישט געטויגן און נישט געפלויגן עס איז פשוט אבלוף פון איינעם א הוזה הזיות וואס ער רעדט נעבעך מהרהורי לבו אהן קיין שום בסיס עס איז פשוט צום לאכן כאילו דער רב האט געזאגט אז ער האט טאקע וואס מורא צוהאבן עס איז פשוט נישטא ווער זאל לאכן אז דער רבי זאל זיין געזונט האלט נעבעך די גאנצע וואך אין איין ציטערן וואס דער רב וועט זאגן די קינדערישע שיך איז ער שוין לאנג אויסגעוואקסן .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 12:40 לינק ישיר 


http://twitpic.com/8l7h3t 

ליין דעם צעטיל אין נאכדעם זאג מיך צי די פארשטייסט שוין פארוואס די גאבד גייט עם נישט באזוכען....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 12:34 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס ירושלימע רב קומט נישט באזוכן ביים סאטמאר רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext