1SATMAR,
עס איז ממש א מחיה צו זעהן אז די ערליכע אידן לאזן זיך נישט, און מאכן אים א מעכטיגן קבלת פנים מיט פערפערדיגע פאשקעווילן אז עס גייט א רויעך. ברוך השם אז לא אלמן ישראל. ס'איז נאך דא א הייפעלעך ערליכע אידן תלמידים פון הייליגן רבי'ן זי"ע, וועלכע נעמען זיך אן לכבודו יתברך, און שרייען אויס מיט א ווייגעשריי אז אלע גאסן זענען ווייס.
איך האף אז עס קומט נאך גרויסע פראטעסטן, אזוי ווי פאר יאר. מיט טראקס און מייקס, און איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון דעם נגע צרעת, מסית ומדיח. ווער האט דען כח צו ליידן פון דעם שלאנג איבער 30 יאר. ווען וועט עס שוין נעמען אן עק.
די גרעסע צרה איז די הייליגע בית המדרש איז פארשפארט אונטער שלאס און ריגל שוין קרוב צו 2 יאר. די קאורט האט מען ליידער ביטער פארלוירן (געווינען בלע"ז), און ביי יעדע וואלן געלונגט פאר די פארברעכער צו פעלשעווען די וואלן. און זיי זיצן נאך אינעם ווילידזש. עד מתי ?????????!
|
|