בית פורומים כל העולם כולו

פּאַפּ!! דער גרויסער בּאַלוּן פּלאַצט!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2012 22:23 לינק ישיר 
פּאַפּ!! דער גרויסער בּאַלוּן פּלאַצט!!

דער נאטור פון א באלון איז אז ווי גרעסער מ'בלוזט עס אויף אלס מער לופט האט עס, און איז מער עליל זאל שנעלער פלאצן,

איינמאל דער באלון פלאצט ווערט דער באלון א קליינע ציקוועטשטע צירעסענע שטיקל גאביטש, ולא נודע אז דאס איז אמאל געווען א ריזיגע באלי,


און די לעצטע וואכן זייט סאטמאר רבי האט געמאכט די היסטארישע נסיעה קיין ארץ ישראל, האבן די הערינג פרעסערס בג"צ'ניקעס, אויגעפבלוזן א באלון,

דער באלון איז געוואקסן יעדען טאג גרעסער גרעסער, נעמליך אז דער גאב"ד איז גערעגט אויפן סאטמאר רבי'ן,

דער באלון איז ווייטער געוואקסן אז דער ראב"ד וויל זיך נישט טרעפן

דער באלון איז ווייטער געוואקסן אז אלע ערליכע אידן און אר"י זענען "שבור ורצוץ" אויף דעם אהרנען

דער באלון איז ווייטער געוואקסן אז סאטמאר רבי איז א אנטיסעמיט און האט פיינט דעם דברי יואל

דער באלון איז ווייטער געוואקסן אז אב"ד בית שמש האט אפען מוחה געווען קעגן סאטמאר רבי

דער באלון איז ווייטער געוואקסן אז דער עדה און זייער גליון האט עמטליך פארדאמט ר' אהרן און אויסגעשלאסן פון די קנאים

אזוי איז דער באלון גאגאנגען הלוך וגדול אזש ביז די נייעס איז עמטליך געקומען פון סאטמאר HQ אז ר' זלמן לייב גייט ווערן נשיא,

היות דער באלון איז געווארן אזא מאנסטער, האט נישט אויסגעפעלט ציפיל אז עס זאל פלאצן,

היינט, קיין 24 שעה זינט סאטמאר רבי האט זיך אהיימגעקערט לביתו נאוה, האט דער גאב"ד עדה"ח גענומען א קליינע נודל און מיט זייער מינמאלע קראפט נאר געגעבן א גלעט אויפן באלון און

פּאַפּ!!
 
דער רב שליט"א האט פריער געלאזט פאלן ברבים גאר שארפע ווערטער קעגן די פאלשע שמועות,

די זאליס זאגן אבער אז אפי' די RIDE האט נאר אנגעהאלטן וויניגער ווי 3 טאג איז ווערד געווען די FUN




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2012 00:36 לינק ישיר 

פאפיטעס כתב:
אין דער איד די וואך איז דא א בת היענה ארטיקל, - עס ווערט אפילו ברייט געדעקט אויף די פראנט פעטש - איבער די חומת התבדלות וואס עס ווערט געבראכן, דער איד פרובירט דערמיט צופרידען שטעלען די סיקרוקים אז ער שרייבט יא קעגן די שלום מיט בעלזא, אבער פון די אנדערע זייט פלאפעלט דער איד אין די ארטיקל, אז דער רב האט געזאגט יענער רב האט געזאגט, בקיצור וולעכע רב עס האט נאר געזאגט א דרשה די וואך פרובירט דער איד עס צו דרייען אז יענער רב האט דאס געמיינט, אבער בסך הכל דערמאנט נישט דער איד, די ווארט בעלזא אדער די אהרונים.

די עיקר איז - איך בין געווען זיכער אז די פראנט פעטש פון דער איד וועט שטיין מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות די גאר שארפע ווערטער (לשיטת הזאליס) וואס דער ירושלימער רב שליט"א האט געזאגט קעגן רבינו שליט"א, איך מיש אהען און אהין, עס שטייט נישט קיין איין ווארט.

דער איד נעמט די גאנצע געביידע וואס די זאליס האבן געבויעט גאנצע הויכע שטאקן בנינים, געשריבן געטאנצן דערמיט, אויסגעווארפען אין ווילי, דער איד צוטראסקעט די גאנצע שיידעלע באדעלע מעשה, און איז מודה אז די גאנצע זאך איז סתם א זאלי שקר.


דער איד דעקט אויך אין די נייעס דרשות וואס זענען געזאגט געווארען אפי' בעפאר די פגישה
אין האט אפי' לשיטתם נישט געמיינט די פגישה
קוקט נישט אויס ווי בנציון שווארץ האט דא אויסגעפירט
דער איד מיט ר' זלמן לייב האלטן זיך דערווייל פעסט אויף זייער שטעלונג קעגן די בריוו פין זייער אייגענע רבנים





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2012 08:07 לינק ישיר 

אין דער איד די וואך איז דא א בת היענה ארטיקל, - עס ווערט אפילו ברייט געדעקט אויף די פראנט פעטש - איבער די חומת התבדלות וואס עס ווערט געבראכן, דער איד פרובירט דערמיט צופרידען שטעלען די סיקרוקים אז ער שרייבט יא קעגן די שלום מיט בעלזא, אבער פון די אנדערע זייט פלאפעלט דער איד אין די ארטיקל, אז דער רב האט געזאגט יענער רב האט געזאגט, בקיצור וולעכע רב עס האט נאר געזאגט א דרשה די וואך פרובירט דער איד עס צו דרייען אז יענער רב האט דאס געמיינט, אבער בסך הכל דערמאנט נישט דער איד, די ווארט בעלזא אדער די אהרונים.

די עיקר איז - איך בין געווען זיכער אז די פראנט פעטש פון דער איד וועט שטיין מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות די גאר שארפע ווערטער (לשיטת הזאליס) וואס דער ירושלימער רב שליט"א האט געזאגט קעגן רבינו שליט"א, איך מיש אהען און אהין, עס שטייט נישט קיין איין ווארט.

דער איד נעמט די גאנצע געביידע וואס די זאליס האבן געבויעט גאנצע הויכע שטאקן בנינים, געשריבן געטאנצן דערמיט, אויסגעווארפען אין ווילי, דער איד צוטראסקעט די גאנצע שיידעלע באדעלע מעשה, און איז מודה אז די גאנצע זאך איז סתם א זאלי שקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 22:15 לינק ישיר 

גביר_אדיר כתב:
וואס, סערעט וויזניץ אמפערט זיך מיטן עדה גאר? זייט ווען? איבער וואס?

יאך ווייס נישט דערפון, אבער די קינדערלעך וואס האבן א פראבלעם מיט מהר"א'ס באזוך ביים סערעטן רבי'ן אין חיפה אינטערוועגנס, זיי ווייסן דערפון. עיין שם היטב. וא"כ הדרא קושי' לדוכתי'. תיקו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 05:22 לינק ישיר 

וואס, סערעט וויזניץ אמפערט זיך מיטן עדה גאר? זייט ווען? איבער וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 02:38 לינק ישיר 

לאנצוט האט פארגעסען פון נאך א וויכטיגע שאלה דוכט זיך.
האט מהרז"ל נישט געמאכט א שבע ברכות "ביי זיך אין שטוב" פאר סערעט וויזניץ (דער וואס מען שימפט אז מהר"א איז געגאנגען באזוכען בשעת וואס ער האמפערט זיך מיט די עדה)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 01:13 לינק ישיר 

געלעכטער ביסט מכובד צו ענטפערן וואס איך האב דיך געפרעגט.
א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 00:56 לינק ישיר 

יא געלעכטער איך גלייב עס! 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2012 00:49 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
געלעכטער:

דו גלייבסט אז הגז"ל איז געווען בע א שבע ברכות פארן בעלזער ראה"ק?

דו גלייבסט אז דער איד האט נישט געוואלט באשרייבן די עצרת אין אהל רחל קעגן בעלזא?

דו גלייבסט אז די בג"ץ דיינים האבן געשריבן א בריוו צום איד וועגן בעלזא און ער האט דאס איגנארירט?

דו גלייבסט אז דער איד האט אנגעהויבן באשרייבן נטרונא די לעצטע צוויי וואכן, נאך א אפשטעל פון א יאר?


יא בארא איך גלייב עס!


יעצט ענטפער מיר צי דו גלייבסט אז דיין סאמארערע רבי איז געפארן באזוכן דעם בעלזער דאס גלייבסטו יא?

אין אז דער בלאט באריכטעט אז די מלחמה לה' בעמלק האט זיך פארשארפט דורך דיין רבין'ס פארן אויף נאר בני ברק גלייבסטו יא?

אין אז ער האט נישט געפילט פאר וויכטיג צי גיין באזוכן דעם ירושלימער רב גלייבסטו יא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 00:47 לינק ישיר 

געלעכטער. אזוי איך ווי איך בין אן ערוואקסענער מענטש, בעט איך דיך יעצט איינמאל פרוביר צו רעדן ווי אן ערוואקסענער מענטש:

מיר אידן האבן א תורה הקדושה, און מיר פירן זיך לויט די תורה, וואס טוישט זיך נישט לויט די ווינטן, וועלכע בלאזן אין מיין ריכטונג אדער דיין ריכטונג. לויט מיין געשמאק אדער דיין געשמאק.


ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט גערייכט די האנט פאר א חבר הכנסת - האסטו מיך געהערט שרייען אז ער האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם ויואל משה? (א חבר הכנסת איז דוכט זיך די ערגסטע וואס איז פאראן).

ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט פאריגע וואך מכבד געווען ביי זיך אין שטוב דעם קלויזנוברגער רבי'ן- האסטו מיך געהערט שרייען אז ער האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם ויואל משה?.

ווען כ"ק הגאב"ד הרמ"א פריינד זי"ע איז געגאנגען צו צו די לויה פון קלויזנבורגער רבי'ן - האסטו מיך געהערט שרייען אז ער האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם ויואל משה? (כאטש דער קלויזנבורער רבי איז געווען א גרויסער ציוני, און נאך דערצו איז ער געווען א שונא עצום פאר'ן דברי יואל זי"ע, און אים קיינמאל נישט מפייס געווען).

ווען דער גאב"ד ירושלים שליט"א איז געגאנגען מבקר חולה זיין הרב אלישוב, פון די גרעסטע ציונים בדורינו אלה, א היכל שלמה תלמיד - האסטו מיך געהערט שרייען אז ער האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם ויואל משה? (כאטש וואס היכל שלמה איז א שטיק מזרחי, און מ'האט געמאכט א תענית ווען דאס איז געפענט געווארן).

ווען כ"ק אדמו"ר הברך  משה זי"ע איז געגאנגען צו הרב שאך - האסטו מיך געהערט שרייען אז ער האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם ויואל משה? (כאטש ער האט ער געעפנט א פארטיי צו די כנסת המינים. נישט קיין אלטע פארטיי וואס איז שוין געווען אמאל).

דאס איז אלעס פאינט 1.

יעצט לאמיר גיין צו פאינט 2:

סאטמארער רבי איז שוין געווען אין בני ברק 3 מאל זינט ער איז געווען, און איז קיינמאל נישט געפארן קיין ירושלים.
קיין איין מאל. און יעצט איז נישט קיין אויסנאם. ווייל אפאר היידפארק יונגלעך מאכן זיך נאריש, דארף ער נישט משנה זיין פון זיין פלאן. פארשטאנען.

ווען דער גאב"ד וואלט זיך געוואלט טרעפן מיט אים ערגעץ-וואו, וואלט ער אוודאי מסכים געווען. אבער נישט אין ירושלים, וואו ער האט נישט געוואלט אריינפארן נישט מטעם הכמוס, נאר ווייל גיין קיין ירושלים מיינט זיין א וואך דארט. און דער גאב"ד ירושלים איז טאקע מורא'דיג הייליג, און מורא'דיג גרויס, און מורא'דיג חשוב, אבער נישט אזוי חשוב אז ער זאל טוישן זיין פלאן.

יעצט וויפיל נאך מעסערס האסטו אינעם ויואל משה (אויסער דאס גיין אין בג"ץ הציוני), וואס איז א א שטיק כפירה בתורת משה. SHAME ON YOU!

און כדי נישט צו פארקריכן פונעם נושא (וואס דאס האסטו מסתם געוואלט), וויל איך דיר איינמעלדן נאכאמאל:

לאנצוט גלייבט נישט קיין שום היידפארק באבע-מעשה. נישט פאר מיין זייט, נישט פאר דיין זייט. גארנישט. חוץ וואס איך איבערצייג זיך אליינס איז ס'איז ריכטיג.

דו געלעכטער, גלייבסט נאר וואס עס איז גוט פאר דיין פאליטיק. (פתי יאמין לכל דבר).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2012 00:40 לינק ישיר 

געלעכטער:

דו גלייבסט אז הגז"ל איז געווען בע א שבע ברכות פארן בעלזער ראה"ק?

דו גלייבסט אז דער איד האט נישט געוואלט באשרייבן די עצרת אין אהל רחל קעגן בעלזא?

דו גלייבסט אז די בג"ץ דיינים האבן געשריבן א בריוו צום איד וועגן בעלזא און ער האט דאס איגנארירט?

דו גלייבסט אז דער איד האט אנגעהויבן באשרייבן נטרונא די לעצטע צוויי וואכן, נאך א אפשטעל פון א יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2012 00:08 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
געלעכטער טייערער.

דו גלייבסט נישט די יעצטיגע מעשה. (ווייל עס איז קעגן דיין אינטערעס).
ווייל דו האסט א טענדענסי צו גלייבן נאר די געבעקסן וועלכע שטופן דיין וואגן.

איך גלייב נישט די יעצטיגע און נישט די פאריגע מעשה. איך גלייב קיינס.

(ווייל איך קויף נישט וואס היידפארק שרייבט. ביז איך איבערצייג זיך אליין 100 פראצענט).

איך גלייב נישט די ערשטע סטעיטמענטס פונעם גאב"ד און נישט די צווייטע. אלעס איז שוא ושקר, געבאקן פאר פורים.

נקוט כללא זה בידך:
90 פראצענט זאכן אויף היידפארק (אינקלודינג בח"ח ארטיקלען) זענען פאלש.


אבער אז דיין סאמארערע רבי איז געפארן באזוכן דעם בעלזער דאס גלייבסטו יא?

אין אז דער בלאט באריכטעט אז די מלחמה לה' בעמלק האט זיך פארשארפט דורך דיין רבין'ס פארן אויף נאר בני ברק גלייבסטו יא?

אין אז ער האט נישט געפילט פאר וויכטיג צי גיין באזוכן דעם ירושלימער רב גלייבסטו יא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 23:26 לינק ישיר 

געלעכטער טייערער.

דו גלייבסט נישט די יעצטיגע מעשה. (ווייל עס איז קעגן דיין אינטערעס).
ווייל דו האסט א טענדענסי צו גלייבן נאר די געבעקסן וועלכע שטופן דיין וואגן.

איך גלייב נישט די יעצטיגע און נישט די פאריגע מעשה. איך גלייב קיינס.

(ווייל איך קויף נישט וואס היידפארק שרייבט. ביז איך איבערצייג זיך אליין 100 פראצענט).

איך גלייב נישט די ערשטע סטעיטמענטס פונעם גאב"ד און נישט די צווייטע. אלעס איז שוא ושקר, געבאקן פאר פורים.

נקוט כללא זה בידך:
90 פראצענט זאכן אויף היידפארק (אינקלודינג בח"ח ארטיקלען) זענען פאלש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 23:26 לינק ישיר 

געלעכטער, וואס האלטסטו:

איז בכלל פארהאן דא א באלון וואס ברויך פלאצן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2012 23:14 לינק ישיר 

ההא דכתיב בבלאט ויואל משה אמת ותורתו אמת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 23:11 לינק ישיר 

קמץ_בארד כתב:
היינט, קיין 24 שעה זינט סאטמאר רבי האט זיך אהיימגעקערט לביתו נאוה, האט דער גאב"ד עדה"ח גענומען א קליינע נודל און מיט זייער מינמאלע קראפט נאר געגעבן א גלעט אויפן באלון און

פּאַפּ!!
 
דער רב שליט"א האט פריער געלאזט פאלן ברבים גאר שארפע ווערטער קעגן די פאלשע שמועות,

די זאליס זאגן אבער אז אפי' די RIDE האט נאר אנגעהאלטן וויניגער ווי 3 טאג איז ווערד געווען די FUN




אין ווער עס גליייבט נישט די ווארהייט פון די גרויסע פאפ!! איז א סימן אז יענער איז א ריגאליעזער ציוני וואס "זידלען אין אטעקירן"   אזוי ווי דער בלאט האט באריכטעט אין קען נישט דערהייבן ווי דער מלחמה לה' בעמלק איז פארשארפט געווארן דורך זיך טרעפן מיטן בעלזער

תוקן על ידי געלעכטער ב- 23/02/2012 23:12:05



תוקן על ידי געלעכטער ב- 23/02/2012 23:12:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פּאַפּ!! דער גרויסער בּאַלוּן פּלאַצט!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext