נודע דבר ה'רציחה'
איך האב נישט קיין צייט יעצט צו שרייבן וועל איך שרייבן בקיצור. גאר נאנטע משפחה פון ר' אלתר שמחה ז"ל האבן זיך דערוויסט פון א עי. קעי. אויף ר' אלתר, האבן זיי געסטראשעט מיט פארפלאנטערן דעם געשעפט אויב געט מען זיי נישט 20 פראצענט (אן דארפן מאכן אליינס פעימענטס) דער אינוועסטער האט אלס פחד מסכים געווען צו געבען א מעכטיגע סכום (גזילה דאורייתא ארויסצושלעפן געלט דורך סטראשען) אבער נישט דעם געפאדערטער סכום. און ווען די אייניקלעך (נאר געציילטע יחודים פון די אייניקלעך, רוב אייניקלעך זענען ערליך) האבן געזען אז סטראשן ארבעט האבן זיי ממשיך געווען דריקן אבער דער אינוועסטער האט זיך נישט געלאזט. האבן איינער פון די אייניקלעך מפרסם געווען א אימעיל אדרעס ווי מען קען אריינשיקן פרטים אויף "די רציחה", אויף די שאלה פארוואס א אימעיל אדרעס און נישט רופן די פאליציי איז דער אייניקל געבליבן מיטן צינג אינדרויסן, ס'האט אים נישט געפאסט צו זאגן דעם אמת אז ער גייט באקומען גרויס געלט (בגזילה) פון די פאליסי און די גאנצע רידעריי איז נאר צו דערשרעקן דעם אינוועסטער אז ער זאל געבן מער! אזא פנים האט דאס ווען מען ניצט יענעמס פארטיי געפילן ארויסצוהעלפן אין א פריוואטע געלט מערכה. למעשה איז דער אייניקל געזעצן און געווארט אויפן זיידענס טויט, און יעצט האט דער אייניקל געכאפט א פראסק, ווען ער וויל באזוכן דעם זיידנס קבר וועט ער דארפן "איבערקריכן דעם פלויט" אויף וואס ער זעלבסט האט ווי אלע קעלבער איינגעצאלט 50 דאלאר. כא כא כא
תוקן על ידי נפל ב- 01/03/2012 02:30:21
 |
|
|