בית פורומים כל העולם כולו

דער ''איד'' האט זיך אויפגעוועקט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2012 21:52 לינק ישיר 
דער ''איד'' האט זיך אויפגעוועקט


פאריגע וואך בלויז א טאג נאכדעם וואס דער טריפה'ענער בג''ץ האט מבטל געווען דעם חוק טל און עס איז פריש נולד געווארן די סכנה פון נעמען בחורים אין מיליטער האט דער ''בלאט'' דאס באריכטעט ווי א מעכטיגע נייעס אלס הויפטנייעס אויפ'ן עמוד ראשון.

אויך האט דער'' בלאט'' פאריגע וואך פרשת תרומה מקדיש געווען פאר די טעמע דעם מאמר המערכת און נאך עטליכע זייטן מיט א שרייענדן טעליפאון רוף פון מירון דורך ר' הערשל ראטטער פון מטה הסברה.

לעומת זה, דער ''איד'' האט דאס קוים באריכטעט , גאר טרוקען און זיכער נישט א צענטל פון בלאט.
דעם איד'ס גרויסע און הויפט נייעס איז געווען פאריגע וואך : איראן - אן קיין ארטיקלן און מאמר המערכת.
-

היינט פרשת תצוה האט זיך דער ''איד'' אויפגעוועקט מיט א גרויסן קאפ אויף די ערשטע זייט אז '' גדולי ישראל ובראם ביד''צ העדה החרדית שליט'''א שטורעמען איבער געפאר פון פרישע גזירת גיוס בני הישיבות'' (עפעס אזא לשון)

עס קומט זיך קרעדיט פאר'ן ''איד'' אז מ'שעמט זיך נישט זיך צו לערנען פון ''בלאט'' וויאזוי צו דעקן מערכות קעגען גזירות פון ממשלת הכופרים.

איין פלא וואס איך האב: פארוואס שרייבט דער ''איד'' אין העדליין ''ביד''צ העדה החרדית'' און נישט ''ביד''צ ירושלים''.
וויל מען דערמיט איינעם צופיקסן?
אויב יא , וועמען?



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/03/2012 21:52:31




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2012 22:45 לינק ישיר 


  אין ''בלאט'' איז דא די וואך א הערליכע מזל טוב פאר'ן אסיר ציון הר''ר שמואל  ווייספיש שליט''א לרגל הולדת הבת ,  אונטערגעשריבן דורך ר' שלמה יוסף וואלדמאן יושב ראש נאמני העדה החרדית בארצה''ב , ר' יצחק מאיר קאפפעל יושב ראש נאמני העדה החרדית בלאנדאן און ר' אברהם משה לעבאוויטש יושב ראש נאמני העדה החרדית באוסטרליא

גדול העונה יותר מן המברך: רבי_יונה

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/03/2012 22:45:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2012 22:47 לינק ישיר 

יונה, דו טענה'סט אז נעקסט קומט די גליון העדה?...

דאס איז בדרך הלצה.., ערנסט גערעדט:

איך ווייס נישט אלעמאל משה פריעדמאן'ס חשבונות, און איך ווייס נישט צו ער דא געטוהן עפעס בדוקא.

אבער דאס איז זיכער אז זיינע סיקריקים ווילן נישט אז די גיוס בני הישיבות זאל ווערן די אישו יעצט, ווייל זיי ווילן אנהאלטן די "רדיפת הדת" אישו ווי לאנג עס גייט נאך, ווייל זי שפורן אז דארט האבן די סיקריקים די אויבערהאנט אין די מערכה.

(אין די גליון העדה איז די וואך די הויפט קעפל וועגן די תחבורה ציבורית אום שבת, און די חוק טל איז א זייטיגע נייעס).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער ''איד'' האט זיך אויפגעוועקט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext