דו מחנופקא רבי (וואס איז געווארן געקרוינט 21 יאהר נאכדעם וואס רוב חסידי בעלזא האבן אויף גענימען א רבי – און האט מחליט געווען בערך 25 יאהר נאך וואס חסידי בעלזא האבן געקרוינט א רבי, אויך זיך צו ריפן מיטן נאמן "בעלזא"), פראבירט לעצטנס צו פארקויפן אז ער איז א איש השלום, האט זיך איינגעבעטן ביי דו שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א שליט"א אז ער וויל זייער שטארק אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א זאל קימן צו דו חתונה וואס ער מאכט היינט באנאכט, און ער וויל אום קימען איינלאדענען.
ער האט געמאכט פאר זיך א פשוטער חשבון,
1. וועט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א זיך באטייליגען אויף דו חתונה, איז ער דאך א געווינער.
2. וועט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א נישט גיין אויף דו חתונה, וועט ער דאך הייסען דו איש השלום, ווייל ער איז געקימען איינלאדנען, און בעלזא וועט הייסען דאס פארקערטע.
ער האט אבער נישט געוויסט וואס און בעלזא האט מען געוויסט, און בעלזא האט מען דאן געהאלטן פאר א שידוך מיטן אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און עס וועט אי"ה פארקימען א תנאים נאך פאר דער מחנופקער רבי מאכט חתונה, האט מען געטראכט לאמיר אויס פראבירן זיינע כוונות.
און אזוי טאקע, האט מען אום געלאזט קימען איינלאדענען כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט אום זייער שיין אויפגענימען און מכבד געווען.
אבער, דעם דינסטאג איז נתגלה קלונו פון מחנופקער רבי, ווען און בעלזא איז פארגעקימען א תנאים, און טראץ וואס מען האט אום איינגעלאדענט, האט ער זיך נישט באוויזען.
דאס איז בנוסף פון וואס עס האט פאסירט מיט א יאהר א האלב צוריק,
ווען און אב תש"ע האט דער מחנופקער חתונה געמאכט, און כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געשיקט זיין זון הרה"צ ר' אהרן מרדכי זיך צו באטייליגן ביי דו חתונה כדאי לקרב את הלבבות (קיקטס דו בילד המצורף).
אבער צוויי וואכן דערנאך, (ב' אלול) ווען הרה"צ ר' אהרן מרדכי האט געמאכט א ברית (הרב אלישיב נתכבד בסנדקאות), איז נישט דער מחנופקער ווי אויך קיינער פון זיינע קינדער נישט געקומען.
