2 מיליאן דאללאר ארפגעפלאשט אין טוילעט.
יעדער איינער מטף עד זקן פארשטייט גאנץ גיט אז די הונדערטער געסט וואס מען האט זיי אויסגעצאלט די טיקעט'ס צו קומען צום חתונה זענען נישט מער חסיד פין רב שליט"א מער ווי זיי זענען געווען פין רבותינו זצ"ל אין רבותינו זצ"ל האבן נישט ווייניגער ליב געהאט זייערע חסידים ווי די רב שליט"א מיט'ן נישט אויסצאלן זייערע טיקעט'ס ווען זיי האבן חתונה געמאכט.
יעדער ווייסט אז די שווערע געלטער וואס מ'האט אינוועסטירט אין די געסט אין געטוהן אלעס אין די וועלט כדי צו מאכן לייכטער פאר די געסט צו קומען האט געמיינט ריינע פאליטיק.
די חתונה אויף א זונטיג, טיקעט'ס פאר א שפאט ביליגער פרייז, בחינם קאר סערוויס פין און צום עירפארט, אכסניות, עסן פרישטיג מיטאג און נאכטמאל, בריוו ארומגעשיקט צום עולם שיין אויפ צו נעמען די געסט, דיסקאונט'ס אויף היט'ן, קליידער שפילצייג וכו', וכו'
די גאנצע טאראראם ארום די געסט האט געהאט איין ציהל, אין דאס איז "צו ברענגען ווי מער פלייש צום חתונה" - ארויסגעזאגט אויפן גראבן שפראך.
די סיבה איז זייער פשוט, אזוי ווי רבי מרדכי דוד האט שוין געמאכט אפאהר חתונות לעצטענ'ס אין אפירגעקומען מיט א רוזן ציבור וואס האבן מיטגעהאלטן די חתונה, הויכע באבובער פארענטשעס אהנגעפאקט פין אלע דריי זייטן - דארפן אונז דאך אויפווייזן אז מיר שלינגן זיי איין 7 מאל אין מיט'ן עולם, ווייל דאהי אין אמעריקע אפשר פאר שבת בשבתו איז עס גענוג אבער ביי א חתונה וואסארא פנים וועט מען האבן אז די בילדער וועלן נישט אויסזעהן ווי 7 מאל גרעסער ווי רבי מרדכי דוד?
פארדעם מיז מען אהנקומען צום עולם מעבר לים, און דאס איז אויכעט נישט פשוט ווייל די עולם זענען נישט קיין בהמות אין אפילו בחינם וויל מען נישט זיך שלעפן קיין אמעריקה אהין און צוריק נאר אהנצופוהלן די פארענטשעס מיט פלייש....פארדעם האט מען שוין געמוזט אפערן אזעלכע גיטע תנאים אין באקוועמליכקייטן אז מ'זאל נישט קענען זאגן ניין אין נאך דערצו אפילו אהיים גיין מיט ריווח.
פארוואס שרייב איך עס? אלע ווייסן דאס, אלע זעהן דאס, די געסט, די חסידים, די רב שליט"א, די גבאים, - אונז אלע פארשטייען זיך זייער גיט אויפן ווינק - אפילו די חדר שלאף האט מען צוגעענדיגט אין די לעצטע מינוט כדי צו אומפרעשן די געסט.
די סיבה פארוואס איך שרייב עס כדי צו מודיע זיין לפני עם ועדה אז מיר פערזענליך אינטערעסירט שוין נישט די נערישע פאליטיק ווער איז גרעסער אין ווער איז קלענער אלע ווייסן אז אויב מ'דארף אימפארטירן פלייש מיינט דאס אז די הבדל צווישן די קהילות איז אזוי קליין אז ביי א חתונה ווי אלע האלטן מיט איז עס כמעט נישט אהנגעזעהן אין פארדעם דארף מען נייע פנימם'ער אפילו אויב צו קאסט שווערע געלטער.
אין מיין בליק 2 מיליאן דאללאר אויף די געסט איז אריין אין גארביטש צו איז געווען א שאד יעדן פעני, אמת - טאקע דא א 150 הייסע משוגעים וואס דרייען זיך ארום קלאפן די בייכל אז ס'איז געלונגען מ'האט אויפגעוויזן ווי גרויס מ'איז - אבער דאס איז קיין 2 מיליאן דאללאר נישט ווערט.
פין מיר האט מען גערוסן 1500$ פאר די מוסדות מיט א חודש צוריק אין איך דארף צוקוקן ווי די איזראעליס האבן אזיין שיינעם וויקענט פאר $150 אהן קיין שום הוצאות אין פארן נאך אהיים מיט אהנגעפאקטע רענצלעך מיט כל טוב וטוב.
נ.ב. נישט בחינם האבן אונז פארטריבן אלע נישט היימישער פאטאגראפער'ס פין די חתונה ווייל אז די זאל מיט די פארענטשעס זענען זייער וועסערדיג אהנגעפילט איז בעסער אז קיין פרעמדע מענטשן נעמען נישט קיין פיקטשער'ס.
 |
|
|