בית פורומים אידישע געדאנק

הרה"ג ר' מיכל אינדיג אין יאמא אריזאנא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/3/2012 08:40 לינק ישיר 
הרה"ג ר' מיכל אינדיג אין יאמא אריזאנא

http://youtu.be/HcFhxlEd0xQ



 הרב אינדיג שליט"א באזיכט די ווייץ פארמערס
אין אריזאנא   
ער אנטדעקט די שעררי' מיט די אריזאנע-יאמע ווייץ

חלק א' אויף ענגליש

ח' חלקים 
איה"ש בקרוב


 

 





תוקן על ידי 1satmar ב- 04/03/2012 09:29:46




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2012 22:23 לינק ישיר 
E9 די ארוינים'ס ווייץ פעלד נעבן די געוואלדיגע זאלציגע בערג, אין יאמא אריזאנע, שטויבט כסדר אלעס ארום פון די קלענסטע ווינטען

 

 


 

הרה"ג ר' מיכל אינדיג שליט"א אליינס אראפגעפארן צו די ארונים'ס ווייץ פעלדער
און געמאכט די געוואלדיגע בילדער

די בילדער רעדן מער ווי טויזנט ווערטער!

 

 


 





תוקן על ידי 1satmar ב- 06/03/2012 23:19:44

 



תוקן על ידי 1satmar ב- 06/03/2012 23:23:25




תוקן על ידי המהדרין ב- 07/03/2012 01:29:04




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2012 22:29 לינק ישיר 

זיי שפארן זיך געלט פון אויף צו באדארפן עקסטער באזאלצן די מצות, כאפסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2012 22:30 לינק ישיר 

1SATMAR

ביטע ברענג א "מאפע" פון גוגעל ווי איך קען טשעקן וויאזוי די בארג, הייסט, און צי עס איז בכלל אין יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע.

פונעם קונטרסוואס איז ארויסגעקומען א יאר צוריק, האט מען איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס מיט סאטעליט בילדער, און גוגעל מאפעס, אז הרב אברהם לויפער מיט הרב דוד ראזענבערג און הרב מיכל אינדיג זענען איינפאכע שקרנים שהוחזקו כפרנים.


(אגב הרב ר' בנציון וואזנער איז אויך געווען אין יומא, און ער זאגט עדות פונקט קאפויער פון אינדיג. וועמען גלייב איך ענדערש????)




נאכאמאל, א גוגעל מעפ פון די זאלץ בערג, ביטע.

א דאנק למפרע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2012 23:19 לינק ישיר 

הכר נא זאת מצאתי!!

קאמענטארן זענען איבעריג


כא כא כא כא כא

א שמחת פורים!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2012 23:26 לינק ישיר 

א גרויסן שקויך הרב 1SATMAR
עס איז א נחת צו הערן דעם שמועס ווי דער ערל זאגט פאר הגאון האדיר ר' מיכל אינדיג אז די "רעגן" און די איריגעישאן" מאכן דעם זאלץ פראבלעם אויס. (ביי מינוט 8:30)

און הגאון ר' מיכל רייבט זיך די אויגן און זאגט: THE RAIN??? (אוי זאג עס נישט... ווייל עס איז דאך א מדבר שממה)...

[איך האב עס שוין קאפירט למען יהי' לזכרון, נאכן אראפנעמען שטייצעך].



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2012 23:58 לינק ישיר 

קיין מורה הוראה בין איך נישט, אבער נאכן הערן די טעיפ זעע איך נישט קיין פראבלעם, איך האר אז ס'רעגענט 13 אינטשעס, און גארנישט מער, אפשר ווייסט איינער פון א שו''ת ספר פון א פריעדיגע וואס ברענגט אפילו אויף אזא פראבלעם.

מ'קען מיינען אז ס'איז א שטיק זאלץ, איך האב היינט געגעסען א שטיקעל אריזאנע  מצה פון די ארונים און משפירט נישט אז ס'איז געזאלצען, בכלל איז דא בכלל אן מעדעצינישע אדער אַגריקולטורע באשרייבונג, אז מענטשען וואס ליידן אויף בלוט פרעשער זאלען נישט עסען די מעל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2012 00:12 לינק ישיר 

איך האב דעם שיעור פון הרב הגאון ר' בנציון וואזנער, (נישט קיין סאטמארער חסיד, און אינגאנצן נישט קיין ארוני). ווי ער שרייט חי וקים אז אלעס איז שוא ושקר, געבויט אויף פוסטע שקרים, משואות שוא ומדוחים.

און נאכן זען די פאלשע געבאקענע משנה ברורה וואס דער בראדוויי בעקער האט פאבריצירט, האט מיך פשוט פארעקלט, זענען די אידן אינטרעסירט אויף כשרות?

מאריה דאברהם, וויאזוי קעמפט מען מיט שקר-גמור פאר'ן אמת (לשיטתם)?


תוקן על ידי לאנצוט ב- 07/03/2012 00:50:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2012 18:20 לינק ישיר 

ווער קען ביטע ברענגען א מאפע פון דעם "זאלץ בארג" אין אריזאנא.


עס איז דאך ממש א הימל געשריי.. א ריזיגע זאלץ בארג, און גוגעל געפינט נישט פאר וויכטיג דאס דאקומענטירן, מ'קען עס נישט געפונען אויף גוגעל מעפס. איך בין זיכער אז גוגעל קען נישט זיין אין ביזנעס, ארויסצולאזן אזא מעכטיגן זאלץ בארג.

GOOGLE אייכם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הרה"ג ר' מיכל אינדיג אין יאמא אריזאנא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext