| נשלח ב-5/3/2012 00:03 |
|
| |
דעם שטערנ'ס שמוציגע ארטיקל
אין ''איד'' פון פרשת תצוה האט זיך מיילעך שטערן פריש אויפגעוועקט מיט א גאר שמוציגע און העסליכע ארטיקל קעגען רבינו שליט''א און קהל יטב לב דסאטמאר. אונטער'ן קעפל '' חברה קדישא – ז' אדר און הבדלה'' גיסט שטערן פעך און שוועבל פאר די צוויי גרויסע חטאים פון צורויבן פון די זאלונים דעם בית החיים אין קרית יואל און פאר'ן איסור פון הגאון האדיר דומ''צ קרית יואל שליט''א אויף די סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא. נאך א צייט אפשניט פון בערך 2 יאר וואס דער ''איד'' און זיינע שרייבער זענען געווען רואיג און איינגעצויגען האט מיילעך שטערן ווידער באקומען א גרינע ליכט פון בן פראדיל צו שרייבן מה שלבו חפץ. וואס האט פאסירט? ועל מה יצא הקצף? מיילעך שטערן וכת דיליה זענען מלא כעס וחימה אויף די געלונגענע נסיעה פון רבינו שליט''א קיין ארץ ישראל. צו בארואיגען זיין געוויסן און די געוויסן פון די קינדערליך האט ער געוואלט שיסן זיינע קוילן אין ריכטונג פון רבינו שליט''א און בעלזער רבי'ן שליט''א. אבער בן פראדיל וועלכער האט געלט קשרים מיט די גארפינקעלס , ר' שלמה איגעל פון בעלזא ( ביי וועמען מרז''ל'ס טאכטער איז א סעקרעטארטשע פאר א הויכע געהאלט ואכמ''ל) ווי אויך די ''עדס'' אין ''איד'' האט געזאגט פאר מיילעך שטערן: טו מיר א טובה , קריך אראפ פון בעלזא. אויף א. . ן(מהר''א) קענסטו שיסן וויפיל דו ווילסט אבער ''בעלזא'' בל יזכר ובל יפקד. אנדערע לייגען צו , היות ר' דוד שמידעל קומט יעצט צו פארן קיין ניו יארק צו מאכן געלט, האט מען איינגעשפאנט זיין שיק אינגעל אין אמעריקע מיילעך שטערן אפצושרייבן א העצערישע ארטיקל אביסעל אויפצוהעצן די קינדערליך, כדי אז שמידעל זאל נישט אהיימפארן מיט ביטערע בזיונות ווי פאראיאר פון לעיקוואוד. בכל אופן: דער ''איד'' האט געבראכן איר איינגעהאלטנקייט פון די לעצטע 2 יאר און געפיטערט אירע לייענער מיט א גאר שמוציגען ארטיקל כבשנים קדמוניות.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/03/2012 00:04:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2012 01:29 |
|
| |
ר' יונה אהובי,
אפשר קענט איר קלארשטעלן צו דער ארטיקל איז פערזענליך מבזה דעם סאטמארע רבין מיט דברי בוז וקלון, כשנים כתיקונם, אדער ער שעלט בלויז אויף די קהלה בכלליות.
אויב איז ער מבזה דעם הייליגן רבי'ן פערזענליך ליגט א חיוב גמור אויף קהל, זיינע אייגענע חסידים, צו מאכן קאפיעס פונעם ארטיקל, היילייטן די דברי בלע, און ארומשיקן צו אלע נארמאלע מוסדות אין געשעפט אייגנטומער וואס זיכן זיך נישט צו פארטשעפן מיט קיינעם, וואס עדווערטייזן אין דער איד, און זיי אלע מסביר זיין:
אהובי וידידי, מיר האבן גארנישט איינער קעגן אנדערן, אבער מאי חזי דדמי דידך סומקא מדידי? מיר פארלאנגען נישט איר זאלט זיין חסידים פון סאטמארע רבי'ן, מיר האבן נישט קיין פראבלעם אז איר שטיצט דער איד, אבער וואס וואלט געווען ווען א צייטונג ווי למשל פנים חדשות אדער פארווערטס, וואלט געשריבן די זעלבע דברי בלע למשל אויף כ"ק אדמו"ר מסקולען אדער כ"ק אדמו"ר מתו"א אדער כ"ק אדמו"ר מטאש, וואלט יעדער רעכטדענקער מענטש פארשטאנען אז איינער וואס שטיצט אזא שמיציגן צייטונג אונטערסירט נישט אז מ'איז מבזה די אדמור"ם, ער איז לא איכפת אז ער פארטשעפעט זיך און די חסידים,
נו פארוואס איז דער סאטמארער רבי וחסידיו אויף א אנדערן סטאנדערד, זיי מעג מען יא ציטרעטן און מבזה זיין,
ווען דיין רבי דער סקולענער רבי וואלט מכונה געווארן מיטן שם גנאי "אפיקורס" "חוטא ומחטיא", וואלסטו איבערגעדרייט א וועלט, געוויינט פארפירט,
אויב אזוי, מאי חזי דדמי דידך סומקא מדידי?
וואס איז דער סקולענער (נאר א משל) חסיד'ס בלוט רויטער ווי דער סאטמערע חסיד?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2012 02:40 |
|
| |
לויט מיין מקור שרייבט ער פערזענליך גאר שמוציג אויף רבינו שליט''א , וזה תפארתינו,
אזויווי מען האט געשריבן אויף רביה''ק הדברי יואל זי''ע , הברך משה זי''ע , הרה''ק מקאלאשיץ זי''ע ועוד ועוד , וואס ווען נישט, האבן זיי מהרהר בתשובה געווען.
דערפאר דארף מען שטיין מן הצד און גארנישט טוהן ,איך האב עס נאר מפרסם געווען לידיעה בעלמא.
און ווער עס וויל ארויסדרינגען פונעם שמוציגען ארטיקל אז די נסיעה איז בעקיפין געווען ווי דער שטיין וואס האט געטראפן אין פינטל, האט אלע רעכטן דערצו.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/03/2012 02:45:14
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2012 04:07 |
|
| |
איך בין טויזנט פראצענט מחולק מיט דיר
מען דארף אויסדרוקליך יא טאן,
אויב מ'טוט נישט איז עס צוליב פחדנות שמא יאמרו הבריות אז די ארונים'ס מטרה איז "נאר" צו אונטערברענגן א נארישע קאמפעטישן צייטונג, און היות דער איד וועט דאך נישט אונטערגיין וועט מען חלילה הייסן לוזערס
אונז האב מיר זיי אלע אין בוידעם!!!
עס ליגט א חיוב מצד הלכה צו אויפקלערן פאר די אלע שטיצער וואס די אייגנטומער פון "דער איד" טוט מיט זיי מיט די עקלדיגע ארטיקלען,
מיט געוואלד שלעפט אריין זיינע אלע עדוועטייזער אריין און די סאטמארע טינופת און צו זיי ווילן צו נישט זענען זיי מחזק ומסייע צו מפיץ זיין פערזענליכע דברי בזון וקלון אויף כבוד רבינו שליט"א איך גלייב אז די אלע "לפנים" נארמאלע מוסדות און געשעפטן וועלן דאס גוט פארשטיין,
אז מ'מאכט חוזק פון די קהלה איין זאך, געזונטערהייט, ס'קומט דאך אזוי, אבער צו פוגע זיין בכל הקדוש לנו, איז א חיוב צו קאנפראנטירן די שטיצער און זיי פארהאלטן: וואס האבן מיר אייך שלעכטס געטאן? פארוואס האט איר נישט מורא זיך צו שפילן מיט פייער? מיר וואלטן קיינמאל עדווערטייזט אין א צייטונג וואס איז מחרף ומגדף קעגן כ"ק אדמור מסקולען (נאר א משל) נו פארוואס זאלן מיר נישט פארלאנגען די זעלבע פון אייך? ווי איז די מענטשליכקייט און יושר,
וואס העט געשען מיינסטו, "דער איד" העט באקומען די מעסעדש, און איינזיצן, גלייב מיר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2012 04:20 |
|
| |
כפי השמועה האט איינער היינט געוויזן דעם ארטיקל פארן סקולענער רבי'ן אליין, און ער האט זיך אויסגעדרוקט בזה"ל: "קיין איד טאר נישט נעמען דעם פאפיר און האנט"
די אהרונים דארפן נעמען די גאלדענע ארטיקל און לויפן דערמיט, מאכן קאפיס און עס ווייזן פאר יעדן, איך ווייס נישט ווען מ'וועט האבן די נעקסטע געלעגנהייט,
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|