|
|
| נשלח ב-6/3/2012 03:52 |
|
| |
נימוס(ת), א ווארעמע שושן פורים טיש
ווי באוויסט האט רביה''ק זי''ע איינגעפירט אז מ'זאל האלטען שושן פורים אלץ יו''ט, מען האט אין סאטמאר געפירט א שושן פורים טיש, בדחנים זענען ארויף אויפן טיש און מ'האט געמאכט ליצינותא דע''ז. אין די לעצטע יארן האט איינער פון די צוויי סאטמארע רבי'ס (מהר''א) געטוישט די כאראקטער פונם טיש, אנשטאטס צו הערן ליצנות פון בדחנים אויף גדולים און 'פערזענליכקייטן' וואס בחורים און קינדער לויפן דערנאך ארום מיט א לאנגע צייט, און רעדען מיט פרעכיקייט אויף די א''ג גדולים, וואס איז נישט ''עטיקעל'' און געט א שלעכטע אויסקוק אויף די פרעמדע גאס, האט מען געמאכט א ווארעמע שושן פורים טיש, וואס מ'זינגט ווארימע נגינים און מ'רעדט פון קדושת היום וואס מ'קען אלץ פוילען אין אזא הייליגע טאג. אבער וויסען זאל מען אז דאס איז לענ''ד נאך א טרעפ צום גרויסער גליטשער. רביה''ק האט אויך געוויסט פון קדושת היום, און פארדעם האט ער געוואלט נאך טון מרדכי הצדיק וואס האט זיך געשלאגען מיט די גאנצע וועלט' ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה' און דאס האט ער געטון מיט די כח פון לצינותא דע''ז כמבואר בגמרא און אין אלע ספרים,און ער האט זיך נישט גערעכענט מיט 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען'. ווען מהר''א איז געפארן קיין א''י, אנשטאטס צו זאגען אז ער האט דרוק פון זיין רביצין און משפחה, און ער גייט זיך טרעפען מיט זיין שוואגער פערזענליך ווי א פשוטע בעה''ב טרעפט זיך מיט זיין משפחה, אן קיין גבאים, האט ער אראפגעלייגט א נייע תורה פון 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען' און מ'וועט גיין מיט גרויס פאמפע... אבער אזוי ווי ער האט נישט געהאט די 'גאטס' צו זאגען אז רביה''ק האט אויך אזוי געטון,(ווייל ווי באוויסט אז ווען רביה''ק האט זיך געטראפען מיט א לינקע פלעגט ער מוחה זיין און פאדערן פון זיי, און נישט גערעדט וועגן טערקישע טליתים און אז די בעלזא תורות רעדן פון לימוד התורה, און קיין ווארט וועגן קנאות, און תשכ''ה איז ער נאר געגאנגען מחזק זיין די רבני העדה און ערליכע רבנים(יא, ער איז געפארען קיין ירושלים..)און ער האט געזאגט אז ער האט געשריבען די ויא''מ און ווער עס וויל די אמת קען אהין אריינקוקען) האט מען גענומען די ''טעללער'' מאשין אז רביה''ק האט אויך געליטען פון 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען' שקר החן, די שקר האט חן, והבל היופי, די הבל'דיגע טישען זענען שיין, אבער, יראת ד' היא תתהלל, ווי דער הייליגער חת"ס האט געזאגט אין זיין הייליגע צוואה "יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה". מיט דעם שטייט מען אויף און מיט דעם לעבט מען, א אידישע לעבן און א לעבעדיגער לעבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 21:17 |
|
| |
שטייט דען אין שלחן ערוך א ביאור אין "ליצונותא דעבודה זרה" וויאזוי דארף אויסקוקן. לעבעדיג יא, און טויט נישט.
בפרט, אז לויט זיי לעבט ער דאך. איז ער דאך נישט טויט. חחחחח.
שנית פרעג איך ווי א תם: דו טראכסט אז מ'קען נישט חוזק מאכן פון רז"ל. פון פשיהא ביז לויפן דאווענען מנחה ווען עס מאכט זיך עפעס א אומבא'טעמ'טע מינוט'קאלע... (פאפ זיך נישט ברודער'ל).
דו טראסט אז מ'קען נישט חוזק מאכן פון א "מפעל ארץ החיים" קאמפיין, אז מ'גיט פאר חתן/כךה סערטיפיקאטן רעדי צו שטארבן... !
דו טראכסט אז מ'קען נישט חוזק מאכן פון די געבאקענע משנה ברורה'ס וואס דער שיגיון לדוד האט פאבריצירט. דו טראכסט אז מ'קען נישט חוזק מאכן פון די גע'הרג'ט שטותים און לאקשן ואמעראצעס נוראות וואס דער הרה"ק מדאראג באקט טאג און נאכט, ווי "גלוטען", טל איז מחמיץ, אידן האבן געגעסן אין מצרים חמץ, טרעקטערס, איראק מלחמה מיט זאלץ.
רחמנא ליצלן, ענקער גאנצע קאמפאני איז איין שטיק דזשאוק. נאר אז מ'איז ביזי נאר מיט יענעם (און מ'איז עס מלבש אין קנאות) קוקט מען אויס ווי איר קוקט אויס...
איך בין מסיים מיט די גאנצע ברכה (אומצענזורירט).
ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, והבדילנו מן התועים, ונתן לו "תורת אמת", "וחיי עולם" נטע בתוכינו.
ברוך הוא !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 21:10 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | איך וואלט געבעטן שמעלקאלע אדער אוטספאוקן ביטע ענטפערן אויף מיין פראגע אויבן.
בתודה מראש. |
|
אדרבה זאלען חסדי רז''ל ענטפערן לאנצעט'ס קשיא אויב האלט מען אז מ'דארף דאס טון פארוואס האט מען איבערגעבעטן ליובאוויטש? האט איינער די פיות פון ''דער איד'' לויט ווי איינער זאגט מיר איצט, האט מען איבערגעבעטן ווייל מ'האט פערזענדליך נאכגעמאכט די ליובאוויטש'ער לאחר מותו און נישט פון זיין אנשויאנגען. (אבל צריך הסבר יותר)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 21:08 |
|
| |
אויב דאס איז גאר דיין פוינט,
איז עס פוינטלעס!!!!
איך ברענג דיר קאסעטען פון אלע שושן פורים טישן פון די לעצטע יארן, בחצר מהר"א, וועט איר הערן ווי מ'מאכט פיין לצנות פון די עמלק בדורינו, טאקע נישט "אהרן ט"ב" און נישט "זלמן לייב ט"ב", אבער די נגע הציונות און פי כמה ווי ענקער נישט משנה הבריות,
אונז שנייד מיר נאר ארויס די צביעות ושקר, "לצניתא דע"ז" פון חוזק מאכן פון אייגן ברודער, צוליב נארישע פאליטיק, און מיר ערזעצן עס מיט דברים ערבים וחמודים מפי רבינו שליט"א
ב"ה מיין רבי האט נאך נישט די געמיינהייט צו זיך קאטשען מיט א ברייט מויל ברבים ווען מ'מאכט חוזק פון א אייגן ברודער,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 20:57 |
|
| |
איך וואלט געבעטן שמעלקאלע אדער אוטספאוקן ביטע ענטפערן אויף מיין פראגע אויבן.
בתודה מראש.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 20:54 |
|
| |
רב-הסוער
יש''כ פאר גוט ארויסברענגען מיין פוינט.
אונטער די טויש ליגט אסאך...
פון וועם זאלן זיי חוזק מאכן? פון די ציונים? דאס נישט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 20:46 |
|
| |
די אהרונים האלטן נישט רז"ל פאר א המן ע"ז, צו א עמלק,
לגמרי נישט,
עלי ועל צאורי
ס"ה האלטן זיי איהם פאר א יחצאל און א ויזתא
אדער סתם א חסידישע פאליטיק קאנקורענץ,
נו פון וועם זאלן זיי חוזק מאכן?
פון די ציונים?
דאס טוען דאך ענק אויך נישט,
ווייל פארדעם קומען דאך נישט צו לויפן אויף אלע פיר די רבבות פיקטשער חסידים,
מ'קומט אויסדרוקליך אך ורק צו הערן ציפעדיגע דשאוקס אויף ר' אהרן.
אמת?
זיי מודה!
דריי נישט מיטן צינג,
נו,
ב"ה, אונז האמיר נאך נישט אויסגעריסן דעם הארבן איסור פון לא תונו איש את עמיתו, לא תשנא את אחיך, לא תעמוד על דם רעך, מיט א צביעות פון "לצניתא דע"ז"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 20:30 |
|
| |
די תירוץ איז פשוט, מהר''א איז א מנהיג וואס טוישט זאכן, און חסידי רז''ל האלטן אז דאס איז א הירוס אין מסורה, מאכען זיי דערפון לצינותא דע''ז. אויב זעען די ארונים אז רז''ל נויגט אפ פון תורה און פון מסורה, אדרבה, זאלן זיי טון וואס מרדכי הצדיק האט געטון.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 20:14 |
|
| |
איך האב א הארבע פראגע,
ענק מאכן יא דשאוקס שושן פורים,
מסכים, ענק זענען נישט משנה פון די מסורה,
נו פון וועם מאכט מען לצניתא דע"ז? פון ר' אהרן.
מיינט דאך דאס אז אויב זאלן די אהרונים אויך טאן די זעלבע, פון וועם זאלן זיי חוזק מאכן? פון ר' זלמן לייב'ן
פרעג איך אייך:
ס'ברענט ענק טאקע אזוי אז די אהרונים זאלן שושן פורים טרייבן לצנות פון ענקער רבי'ן? וואספאר מין חסידים זענט עטס?
מ'לויפט זיך בעטן ביי די שונאים ביטע טרייב לצנות פון מיין רבי.
אתמה!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 18:47 |
|
| |
איך פארשטיי אז שושן פורים האט מען אייביג געמאכט חוזק און ליצנות פון אלע שונאים, דאס איז דער מנהג מקדמת דנא.
יעצט פארוואס האט מען פאריאר משנה געווען און איבערגעבעטן ליובאוויטש. ממ"נ, זענען זיי שקצים, מעג מען דאך חוזק מאכן, נישט מען מעג, נאר ס'איז א מצוה, פארוואס האט מען מפייס געווען ברבים?
טאר מען נישט, איז די פראגע, פארוואס? פון וועלכן שונא מעג מען חוזק מאכן און וועלכן שונא נישט.
דער תירוץ איז ליידער:
דעם באשעפער'ס שונא, בעט מען איבער. מיין שונא, דארף מען אויסטרינקען דאס בלוט!
(אזוי רעדט מען זיך איין... יענער לאכט מיט ביידע באקן - בדוק ומנוסה, איך קום פון דארט, דו ברענסט נישט קיינעם אונטער נאר דיך אליין)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 13:19 |
|
| |
היי-יאר וועט דער דזשיגאן מוזן טרעפן א נייעם ערפינדונג, ווייל קיין שושן פורים טיש קען מען נישט מאכן, איך זארג מיר נישט פאר אים, ער וועט אלס עפעס אויפטרעפן חדשות....
ימים ידברו....
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|