| נשלח ב-6/3/2012 20:09 |
|
| |
שאק און פאניק ביי זאלונים: בן הבכור ביי בעלזא שבע ברכות
שאק און אהה הערשט ביי די סיקריקים פראקציע אינערהאלב די זאלונישע פארטיי, נאכדעם וואס ר' חיים הערש ט"ב פון ירושלים, בן הבכור פון הגז"ל, האט זיך באטייליגט ביי א שבע ברכות פאר בת ר' מרדכי בריסק, יו"ר קהל מחזיקי הדת בעלזא, וואו דער חתן איז א קינד פון ר' יוסף אלבוים, א מתנחל'ישער ציוני וואס איז פון די אנפירער פון א גרופע וועלכע גייען כסדר ארויף אויפן הר הבית.
אט איז א בילד וואו ר' חיים הערש שמועסט מיטן אבי הכלה, יו"ר קהל מחזיקי הדת בעלזא:

כולנו למערכה!!!....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 23:08 |
|
| |
שמעתי אז ר' משה מנחם האט געזאגט בשעתו א טעם פארוואס ער רעדט אזוי שטארק לטובת די פובליק סקול, און דאס איז כדי שלא יאמרו הבריות א עס איז מותר בלויז ווייל "דער רבי" זאגט אזוי, וד"ל.
וראויים הדברים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 23:05 |
|
| |
יא געלעכטער א ערנסטע איד מסלתה פון סאטמאר וואס איז אלע יארן מיטגעשטאנען מיטן ברך משה און רבינו שליטא האט מיר זיך אויסגעדריקט אז ער האט נישט געקענט דערליידן ר' משה מנחם נאך אין יענע צייטן צוליב זיין עקסטעימע מהלך וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 23:01 |
|
| |
זאג ווען ר' משה מנחם האט גערעדט פארן פובליק סקול איז עס אויך געווען פאליטיש צי נאר יעצט איז עס פאליטיש ווייל דיר שמעקט עס נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 19:25 |
|
| |
[quote]שיינע טעאריע'ס מיט באלד אותיות, למעשה האבן שוין סיי סאטמאר רבי שליט"א און סיי ר' משה מנחם גערעדט דרשות קעגן בעלזער נאך פאר ס'איז געווען א ספק אפי' אז ר' אהרן טייטלבוים גייט זיך טרעפן מיט דעם לינקן מנהיג.[/quote]
אפשר צייגסטו מיר "איין מאל" ווען איינער האט זיך וויסענדיג געמאכט פונעם בעלזער די לעצטע 20 יאר.
עס טוט דיר וויי אז עס ווערט נתגלה אז די מחאה פון הגה"צ רמ"מ טירנויער מיינט בלויז א פאליטישע פראסק, און ליידער נישט דעם כבוד שמים. קיין טראפ נישט.
איך פארשטיי באמת דיין ווייטאג, אבער דאס איז ליידער דער מציאות און איך בין קלאר אז דו ווייסט עס אויך, טיף טיף.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 19:22 |
|
| |
וואס גייט פאר מיט די שני, מעשרת בני זאלי?
און די גאס שמיסט מען אז דער בלעבערי בענאק רעב יענקל בערל איז פערא שלום מיט בעלזא,
און דער יפו בענאק רעב חיימהערשעלע איז אנטי שלום,
ער האלט די שיטת הסיקריקים, אז וואס מער בלוט זאל זיך גיסן און די יודישע גאס, ווייל לויט זיין אנגעטרינקענעם קאפ, גייט ער מיט די שיטה אז ''מלחמה בויט פארטיי''
פארוואס איז ער געגאנגן באזיכען דעם שונא נימער איינס פון די עדה החרדית, דער בעלזער מרדכי בריסק??????????
דער יפו בענאק חלומ'ט נעבעך אז ער וועט זיין דער סוקסעסער פון רעב זאלישעל, חלמת חלום,
דער בלעקבערי בענאק וועט טאן פינקט וואו זיין פאטער רעב זאלי האט געטאן, ער וועט ארויס שטויסען דער בן הבכור און זיך זעצען אויפן רבי'שן בענקל,
און פאר רעב זאלישעל ווינטשען מיר נחת לרוב פון די הריגות פון זיינע צוויי בענאקן,
רבי זאלמן! רבי זלמן! עולמך תראה בחייך! אלעס, אלעס קימט אהיים!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 19:07 |
|
| |
שיינע טעאריע'ס מיט באלד אותיות, למעשה האבן שוין סיי סאטמאר רבי שליט"א און סיי ר' משה מנחם גערעדט דרשות קעגן בעלזער נאך פאר ס'איז געווען א ספק אפי' אז ר' אהרן טייטלבוים גייט זיך טרעפן מיט דעם לינקן מנהיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 17:29 |
|
| |
געלעכטער. מיר דאכט זיך אז דו האסט נישט קיין דעת און נישט קיין הבחנה. (געבינדן אינאיינעם).
הרב משה מנחם טירנויער האט זיך צעלאזט איבער א דרשה פונעם בעלזער. סאטמארער רבי האט גערעדט איבער קנאות, איבער טריפה'נע צייטונגען, איבער נעמען געלט וכו'.
צי וואס זאל ער רעאגירן אויף יעדע דרשה וואס א לינקער מנהיג זאגט. איז עס מיר עפעס נוגע.
דזשאוקס אין די זייט: הרב משה מנחם טירנויער האט געהאקט אויפן בעלזער אין תשע"ב פאר א "פאליטישע" סיבה. נישט ווייל די תורה הקדושה און די שיטה הקדושה האט געבושעוועט אים אינעם.
מהיכן דנתני? ווייל ביז תשע"ב האט שוין דער בעלזער גערעדט 100 מאל דברי בלע, קיינמאל האט ער נישט מוחה געווען, נאר יעצט, ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז ער גייט דערלאנגען פאר זיין "פאליטישן" שונא פון קרית יואל.
ער האט נישט מוחה געווען אויף בעלז. ער האט געוואלט דערלאנגען זיין פאליטישן שונא!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2012 04:48 |
|
| |
עס איז ערווארטעט אז ידידי מאז ומקדם ר' אהרן טייטלבוים, וואס האט געהאלטן דריי פייערדיגע קנאות דרשות אין בני ברק קעגן די חסידישע ציונים וועט זיך ווידערמאל לאזן הערן,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2012 22:10 |
|
| |
א ווארט צו ידידי מקדם הגז"ל ט"ב שליט"א, ואתו עמו הגרמ"מ טירנויער שליט"א חבר הבג"ץ דוומ"ס:
היות איר האט גענומען אויף זיך דאס פאראנטווארטליכקייט צו קאמענטירן און פארפירן איבער די תורות לאקשן פון בעלזער רבי, ביז אויף אזוי ווייט אז איר האט געפינען פאר קריטיש-וויכטיג מקדיש צו זיין דרשות ברבים איבער די חנוכה תורה פונעם בעלזער אז שיטת בית הלל פון "מוסיף והולך" מיינט בלויז מוסיף צו זיין מיט קדושה אבער נישט מלחמה צו האלטן מיט די שונאים ווייל דאס איז א סכנה'דיגע זאך וואס נישט יעדער קען טוהן דערין, און איר האט געווידמעט דברות קודש ודוברות חוצב צו אטאקירן די תורה, און ארויסגעברענגט אייער מיינונג אויף זיינע ווערטער, שפור איך פאר א פליכט אייך אויפצומערקן דאס פאלגנדע:
דעם יו"ט פורים, האט דער א"ד רבי נאכאמאל גערעדט און איבערגע'חזר'ט זיין חנוכה תורה, און דערצו מוסיף געווען אז פורים ווערט מען אין א העכערע בחינה, און מען מעג שוין יא עוסק זיין אין די השפלה פון די צד הטומאה.
אצינד קוקט די וועלט ארויס אויף אייער ווארט, צו איר זענט צופרידן פון די תורה חדשה, אדער אפשר האט איר אויף דעם אויך עפעס וויכטיגע הערות, אדער גאר זענט איר נישט גרייט צו קאמענטירן ביז ער ווערט פראווען א מעמד פיוס ביים ציון פון הלל הזקן.
מיר פון אונזער זייט האבן נישט קיין גרויסע דאגות מיט דעם בעלזער'ס תורות, נישט פון הושענא רבה און נישט פון חנוכה, נישט די אלטע און נישט די נייע. אבער איר וואס איר האט געפונען פאר וויכטיג צו קאמענטירן אויף זיין חנוכה תורה, קוקט די וועלט ארויס אויף ווייטערדיגע אפדעיט'ס...
א שמחת תמיד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2012 01:30 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | פון דעם בילד מיינט קיינער נישט אז ס'איז דא שלום צווישן סאטמאר מיט בעלז, פון דעם באזוך פון דיין דזשיגאן ביי אים רעדט יעדער אז יא |
|
ווילסט דוקא נאכטאנצן לויט יעדע שמועה אין די גאס?
ארלעדיגט:
לראשונה אנו חושפים על מספר מגעים ומהלכים שעשויים להביא שלום גם עם פלג מהרז"ל
http://ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=15106
תוקן על ידי FiveBoro ב- 07/03/2012 01:33:43
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/03/2012 10:33:10
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2012 00:14 |
|
| |
דו פארשטיסט נישט.
ווען הגז"ל איז געגאנגען, איז "משה גבאי" און יעקב בער שולדיג געווען.
אבער יעצט אז דער ראש הסיקריקים האט שוין אויך אפגענויגט און געווארן א ציוני, איז די שאק און צומישעניש אויפן העכסטן שטאפל.
====
יוסל90 ענטפערט אז ר' חיים הערש האט געמעגט גיין ווייל ער איז א קרוב דורך די שפיץ משפחה.
געלעכטער, הערסט? א קרוב מעג יא...
דער "שולחן ערוך הסיקריקי", אוי איז דאס א צופליקטע שולחן ערוך! עס ווערט טעגליך געקלעבט און אויסגעשניטן און צוריקגעשטיקלט רעכטס און לינקס...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 22:51 |
|
| |
ווער שאקט ? ווער פייניגט ? וואס חלומ'סטו ! קיינער רעדט זיך נישט פאר איין מינוט אז די זאלי'ס האבן עפעס א קאנפליקט מיט בעלז פאר 2 וואכן צוירק איז דער מנהיג זייערע געווען ביי ר' שלמה איגעל'ס שבע ברכות
זיי טוט וויי בעלז פאר די זעלבע סיבה פארוואס ס'טוט זיי וויי אריזאנא מצות פינטל
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 21:19 |
|
| |
אגב, אפשר קענסטו גיין בארואיגן די ב"ש פראקציע.
גיב זיי איבער די היינטיגע תורה חדשה, אפשר וועלן זיי עס מקבל זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 21:18 |
|
| |
עס גייט אויפן גוטן וועג.
אמאל איז די באזוך געווען א דבר איסור.
היינט איז עס שוין נאר א פראבלעם ווייל מענטשן "מיינען" עפעס.
געלעכטער'ל, מיר גייען נישט ווארטן ביז ווען א וויזיט גייט אויך קריגן 'ענקער' היתר.
|
|
|
|
|