בית פורומים אידישע געדאנק

לעיקוואד - אסיפת הרבנים חלק א' שנשמעו מהרה"ג ר' מיכל אינדיג שליט"א ע"פ המציאות ועדותו, וע"פ ההלכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/3/2012 15:17 לינק ישיר 
לעיקוואד - אסיפת הרבנים חלק א' שנשמעו מהרה"ג ר' מיכל אינדיג שליט"א ע"פ המציאות ועדותו, וע"פ ההלכה

http://youtu.be/g4VsquSgoWw





תוקן על ידי 1satmar ב- 07/03/2012 15:50:34




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2012 07:40 לינק ישיר 

יעצט דארף מען מברר זיין עפעס א גוטע שאלה פאר שבועות, ס'שוין זייער שפעט און ס'נאכנישט דא קיין פרישע שאלה??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/3/2012 23:44 לינק ישיר 

לאנצוט, נעמט ניט דעמאגאגיע פערזענדליך, אויטעניש האט מיר געמיינט...

צוריק צום ענין, די רבוש''ע האט באשאפען אז יעדע זאך האט אסאך כוחות און חלקים, נעם א יעדע מאכל צום לעבעטארי, וועט מען עס צונעמען און ציטיילען די אלע נאטרישען וואס ס'האט, איין חלק איז זאלץ(סאדיאם).
איצט, ווען מ'וועט ברענגען 5 פון די זעלבע מאכל וואס זענען געוואקסען אויפן זעלבן פעלד נאר איינס איז שטארק רייף, איינס וואס האט געהאט גאר אסאך זון וכדומה, וועט איינער האבן אסאך סאדיאם און די אדערע ווייניגער, למעשה איז דא א צד השוה שבהן אז קיין איינער דערפון איז נישט זאלציג ביי די מענטשען וואס עסען דאס.

ווען די פארמערס רעדען פון זאלץ און ווינטען האט דאס גארנישט מיט אונז,
 לאמיר זאגען דערויף א משל, א קאסטימער באשטעלט ביי א באקס קאמפעני א באקס וואס איז גרויס 21 אינשעס, אז ס'וועט אנקומען 21 און 1/8 וועט די קאסטעמער אנקאלן שעלטען, אויב ס'וועט זיין21 און1/4 וועט ער צירוק שיקען די סחורה, למעשה ווען מ'וועט פרעגען סתם אן עמך מענטש די חילוק ציווישען די 2 באקסעס וועט ער נישט וויסען ווייל פאר די אויג איז דאס די זעלבע.

דא ביי מצות ווערט געפסק'נט אין שו''ע אז מ'זאל נישט אריינלייגען מלח אין די טייג(אויך א מחלוקות צו ס'מיינט אויך מלח של קרקע)  איצט אויב משפירט א זאלציגע טעם אינם ווייץ וויל מען זאגען אז ס'איז א פראבלעם (וואס אויף דעם אליין קען מען דן זיין) אבער "לא נתנה תורה למלאכי השרת" ולא ל'לעבעטאריס, אז מענטשען שפירן נישט קיין טעם פון זאלץ איז דאס ''נישט'' זאלציג.

די זעלבע איז מיט די ווינטען,  לאנג איילענד ערד האט אויך חלקים זאלץ, און ס'דא ווינטען וואס ווארפט א''ג זאלציגע שטויב...

די ראב''ד העדה''ח קופט נישט אפ, אז חברי הבד''ץ קיט''ל (זלונים) זענען אזעלעכע פארפעשענעל'ס אז זיי שפירן זאלץ (ווען קיין אנדערע שפירט נישט).

 פארשטייט זיך אז דאס איז נישט להלכה, נאר הייד פארק דעבאטע און דעמאגאגיע...


תוקן על ידי outspoken ב- 19/03/2012 23:47:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 23:39 לינק ישיר 

לאנצוט פונעם היסטאריע בין איך פונקטליך אינפארמירט געווארן ווער עס האט נישט קיין פראבלעם מיט קיין
מדבר שקר תרחק. (עי' טעיפ'ס פון יוסל וואלדמאן מיט אהרן ט"ב)

אלזא נאכאמאל, אפווענדן אן קיין זין נישט, איז א צייטונג ארבעט, איך האב צו דיר נישט קיין טענות נאכן זיך אנזעהן וואך איין וואך אויס אונעם טריפענעם בלאט ליגענט'ס שקרים וכזבים, אבער לא זו הדרך.

אדרבה פאר אראפ קיין אריזאנע ברענג באווייז ומשם נקחנה...

דיינע נארישע ענטפער'ס ווייזן קלאר און דייטליך אז ביי דיר איז איינס מיט איינס א חלה דעקל...
ווען מ'מאכט א קלארן ס"ה איין מעשה נבלה און נאך א מעשה נבלה פון דיין דזשיגאן איז עס ביי דיר ווי גארנישט, ווייל איינס מיט איינס איז א חלה דעקעלע..






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:52 לינק ישיר 

פון תש"ע ביז תשע"ב - אברהם לויפער האלט אין איין שרייען אז די וואסער אין אריזאנע איז "זאלציג" און עס איז האט דין פון "מים מלוחים".
קומט הרב בנציון וואזנער און שרייט אויס: רבותי איך האב געטרינקען דאס וואסער און עס איז פיינע זיסע וואסער. און ממילא האט עס "נישט קיין דין פון "מים מלוחים".


תשע"א - הרב הגאון רבי מיכל אינדיג שרייבט אין א בריוו אז די אריזאנא מצות האט א טעם מלח, מ'שפירט זאלץ אין די מצות.

רבבות אידן האבן געגעסן די מצות, און דו אויטענטיש קענסט עס נאך יעצט עסן ביז פרייטאג פארנאכטס פאר ר"ח ניסן, און זיך איבערצייגן צי די מצות איז זאלציג אדער נישט.

דער מציאות שלאגט אבער אין פנים, אז קיינעם אינטרעסירט נישט קיין הלכה, קיינעם אינטרעסירט נישט קיין פאקטן. מ'איז דא נאר צוליב פאליטיק. און יעצט אז מיכל אינדיג האט במחילת כבוד תורות הגדולה והנורא געמוזט מודה זיין לעיני השמש אז ניין! די וואסער איז נישט געזאלצן, ווערט דאך די וואסער וואסער אויס "מים מלוחים", צעפאלט דאך זיין פשעטל, זאגט ער איז טויזענט פיס אויס פליט ארויף זאלץ פון די ווינטן, אבער די וואסער בלייבט פארט זיס. א חידוש פון די טבע.

און דו ווילסט מיר זאגן אז איך בין דעמאגאגיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:43 לינק ישיר 

דידיי היקרים, איר מוזט נישט דורכטוהן דעם נושא, און איר מוזט נישט נעמען קיין שטעלונג (אזוי ווי איך טוה אין רוב פעלער)
טאמער זענט איר אבער יא מחליט צו לאזן הערן אייער מיינונג, דאן ביטע זייט אויפריכטיג מיט אייך אליין, און שטודירט גוט אייער קעגנערס ווערטער, און קומט אויף מיט א קלארן מהלך וויאזוי אים אפצווענדן.

"רבבות אידן" "פערטל מיליאן פונט" "בורא פרי העץ" ווענדן גארנישט אפ אין א ויכוח וואו מען טענה'ט זיך איבער מיינונגען און פאקטן, דאס ווערט אנגערופן 'דעמאגאגיע'.

אלזא, אויב ווילט איר אפווענדן הר' אינדיג, זייט'זשע מוחל הערט אויס קלאר זיינע אינטערוויוס, און דאן קענט איר זיך לאזן הערן,
איין מינוט, איר מוזט דאס נישט טוהן, אבער דאן זייט מוחל באלמוטשעט נישט די ליינער מיט אייערע ארגומענטן.

יעצט לגופו של דבר בקצרה: הר' וואזנער'ס בריוו האט געהאט וועליד נקודות, אבער די גאנצע צינישקייט מיט די קאלאראדא ריווער, איז נישט במקומו במחכ"ת, הר' לויפער האט קיינמאל נישט געקלעימט (אויף ווויפיל איך האב גענישטערט אין די נושא) אז מען שפירט א זאלציגן טעם אין די וואסער, ער האט נאר געזאגט אז די וואסער האט א העכערע קאנצעטרירונג פון זאלץ, און במילא ווען מען שווענקט אפ דערמיט א פעלד און עס טרוקנט אויס בלייבט איבער א שיכט פון זאלץ. אלזא קען מען שוין אויפהערן צו דעבאטירן די נקודה.

לענין די זאלץ מיט די אראנדשעס, מיט די ברכה אויף דעם: זיי אזוי גוט און הער אויס דעם פארמער וועלכער איז מסביר אז אין דעם זאמדיגן טרוקענעם ווינטיגן ראיאן, מיט דורכשניטליכע ווינטן פון 30 40 מייל א שעה (כמדומה לי), איז זייער שכיח זאמד שטורעמס אין וועכלכע עס הייבן זיך זאמד כוואליעס אין הויך פון 1000 פיס! און להיות די זאמד האט אין זיך א געמיש פון זאלץ,שפירט זיך דער זאלץ איבעראל. 

יעצט אויב ווילט איר אפווענדן הר' אינדיג, דאן ברויכט איר טוהן איינע פון די צוויי, אדער קענט איר אויפווייזן אז די פאקטן - וועלכע זענען אגב א מילתא דעבידא לגלויי - זענען נישט אמת, אדער קענט איר מברר זיין אז אפילו אויב עס איז אמת, איז עס פארט נישט קיין פראבלעם להלכה. סתם ליצנות איז בכלל נישט אינטערעסאנט אין א ויכוח, כאטש עס קען זיין גאר געשמאק אין א קאווע שטיבל בעפארן דאווענען. אלזא אויב ווילט איר דא ממשיך זיין דעם שמועס (מיט מיר), דאן ביטע ברענגט ארויף דעם ניווא פון אייערע תגובות, און לאזט גענצליך ארויס דעמאגאגיע פון אייער סטיל. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:07 לינק ישיר 

אויטענטיש כתב:
אוטספאוקען, איך האב נישט קיין פערזענליכע מיינונג איבער די אריזאנע ווייץ, אבער דיינע טענות זענען בלויז דעמאגאגיע.


חוץ מזה הערט מען דארט אז דאס וואס הר' לויפער שרייבט שוין אלע יארן (באשטעטיגט דורך בריוון פון עקספערטס) אז עס געפינט זיך זאלץ בעין אויף די געוואוקסן, איז א דבר פשוט עד למאוד פאר יעדן וואס דרייט זיך דארט. אויף נומער איינס דערציילט הר' אינדיג פאר'ן פארמער אז ער האט געקויפט א פעקל אראנדזשעס און עס איז געווען איבערגעדעקט מיט א שיכט זאמד- זאלץ, און דער פארמער זאגט אים: דאס איז שוין געווען נאכ'ן אפוואשן.

-הרב הצדיק רבי מיכל אינדיג פארציילט אז ער האט געקויפט א פעקל אראנדזשעס און איז עס געווען איבערגעדעקט מיט זאלץ.

ביטע ענטפער מיר לאגיש: וועלכע ברכה מאכט מען אויף אראנדזשן?

ביי מיר מאכט מען א "בורא פרי העץ".
אלזא ביטע ענטפער מיר זייער קלאר, וויאזוי איז בכלל מעגליך אז אויבן אויפן בוים זאל צוקומען זאלץ?


אלא מאי מוז מען צוקומען "גוזמא קתני". ער איז אביסל מגזם (אויף איין זייט שטייצעך).

יעצט גיי מיר ווייטער. א יאר צוריק האט דער זעלבער צדיק רבי מיכל אינדיג מעיד געווען אין א בריוו אז די מצות פון אריזאנא איז זאלציג.

ידידי היקר היש לך שקרן, סלפן וזייפן גדול מזה?

רבבות אידן עסן די אריזאנא מצות, איבער א פערטל מיליאן פונט ווערט פארקויפט, קיינער שפירט נישט קיין ברעקל זאלץ, קיינער שפירט נישט קיין חריפות, מ'שפירט שארפע שנאה, ביטערע שקרים, און זויערע בלאף.

יעצט פארוואס פארלאנגסטו פון מיר אדער פון איים נארמאלן מענטש אז איך זאל דעם שקרן גלייבן יעצט. נאך דערצו ווען הרב וואזנער פון מאנסי האט אים געמאכט מודה זיין אז די וואסער איז "נישט געזאלצן"...

ילמדנו רבנו, פארוואס איז דאס וואסער נישט געזאלצן, אויב דאס זאלץ איז איבעראל, וויאזוי איז דאס וואסער נישט זאלציג.


תיקו!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2012 23:05 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2012 23:04 לינק ישיר 

אויטעניש,

פאר א יאר ווען די אלע מאגעזינען האבן געשריבען אז די קאלעראדא ריווער איז געזאלצען, האב איך אויך נישט געהאט 'עפעס דברים של טעם אפצוענטפערן',....


וועלן מיר ווארטען ביז דאס אנדערע יאר, ווען מ'וועט אויפקומען מיט אנדערע פראבלעמען, און מ'וועט קלאר ווערן וויפיל פון די זאכען זענען אמת...

איך בין נישט קיין רב, און איך וועל נישט אריינגיין אין די הלכה חלק, נאר אין די שנאה ופאליטיק וליצנות חלק דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2012 22:10 לינק ישיר 

אוטספאוקען, איך האב נישט קיין פערזענליכע מיינונג איבער די אריזאנע ווייץ, אבער דיינע טענות זענען בלויז דעמאגאגיע.

דער פארמער (מער ווי איינער) באשטעטיגט אז עס איז דא א מציאות פון לייכטע 'ספרינקלס' (דריזלען) אין די צייט פון שניט, אויף גאר א קליינעם פארנעם ('א וואלקן ברייט א האלבע מייל') וואס ווערט נישט באצייכנט אין די רעגן רעקארדס, טא וואס האסטו טענות אויף הר' אינדיג איצטערט?

ווייטער, דוכט זיך אז די מתירים זענען אויך מודה צו דעם, און זיי זאגן נאר אז זיי האבן שמירה אויף די פעלדער די לעצטע צוויי וואכן זייט די ווייץ ווערן געצייטיגט, וואס געבן אכטונג 24 שעה אין טאג עס זאל נישט רעגענען. און טאמער יא וועט מען איבערלאזן דאס פעלד.

(אגב: אין מיי האמבל אפיניאן איז דאס די שטערקסטע טענה אויף די אריזאנע ווייץ, ווייל די פעלד דונגט מען אפ פון אנפאנג יאר און טאמער נעמט מען נישט צום סוף די ווייץ, גייט מען ארויס מיט גרויסע שאדנס כדברי הפארמער בנומער איינס, און דאס איז טייטשט אז מען שטעלט זיך לכתחלה אריין אין א מצב פון שעת הדחק, הגם עס איז נאך ישט קיין חמץ וועגן דעם, אבער עס איז זיכער נישט קיין פלאס)

ועוד: דער פארמער שמועסט דארט אויס בארוכה אז עס איז נישט דא קיין מציאות צו שניידן דארט בעפאר 6 -7 פוינטס, וואס דאס הייסט שוין לכולי עלמא אין צריך לקרקע, (דו"ק היטב בדבריו), און ממילא איז יעדע מינסענסטע שאלה פון רעגן, דריזל, פייכטקייט, א שאלה חמורה מאוד, ובפרט וואס דער פארמער אליין באשטעטיגט דארט אז יעדן צופריה איז די ווייץ אזוי פייכט פין די טוי, אז מען קען נישט שניידן בעפאר 10 אזייגער, וואס דעמאלטס האט שוין די אריזאנע זוהן אויסדגעטרוקנט די ווייץ.

חוץ מזה הערט מען דארט אז דאס וואס הר' לויפער שרייבט שוין אלע יארן (באשטעטיגט דורך בריוון פון עקספערטס) אז עס געפינט זיך זאלץ בעין אויף די געוואוקסן, איז א דבר פשוט עד למאוד פאר יעדן וואס דרייט זיך דארט. אויף נומער איינס דערציילט הר' אינדיג פאר'ן פארמער אז ער האט געקויפט א פעקל אראנדזשעס און עס איז געווען איבערגעדעקט מיט א שיכט זאמד- זאלץ, און דער פארמער זאגט אים: דאס איז שוין געווען נאכ'ן אפוואשן.

טא, אז דו האטס עפעס דברים של טעם אפצוענטפערן, מה טוב ונעים, אבער דאס וואס דו שרייבטס איז במחכ"ת דברי רוח. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2012 21:48 לינק ישיר 

לעצטע וואך האבן מיר דאס געשריבען,

ר' מיכל, טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר, און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.

יא, (זיי ליינען הייד פארק) די תירוץ איז געקומען די וואך אין די מאגעזין וואס איז געקומען צוזאמען מיט
''דער איד'',אז יא, ס'איז דא א בריוו פון וואדריטש'ער רב שליט''א וואס שרייבט צו ר'יחזקאל ראטה שליט''א אז ער פארשטייט נישט צו ווייץ, אבער ער האט אויסגעהערט ר' מיכל אפאר שעה, און אזוי ווי ס'איז א שאלה פון כריתות ר''ל בעט ער דעם דיין, ער זאל אויסהערן ר'מיכל'ן.

נייס טריי, אבער יעדע קינד פון צען יאר ווייסט אז חמץ בפסח איז א שאלה פון כריתות ר''ל, ווען די רבנים הקודמים האבן זיך געמוטשעט מיט לאנג איילענד ווייץ איז דאס אויך געווען, ווייל ס'איז א שאלה פון כריתות ר''ל.

פירן א מערכה וועגן אן הלכה שאלה, איז נישט צו איבערצייגן די בעה''ב פרויען און קינדער אין צייטונגען, די וועג איז צו איבערצייגען דיינים און רבנים שליט''א.

איצט נאכאמאל צו ר' מיכל,

טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר (זייט תשס''א וד''ל), און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 19:57 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער דער אינטערוויוער איז, אבער ער פרעגט אים אזעלכע פשוט'ע שאלות און הגאון האדיר רבי מיכל אינדיג בלייבט געפלעפט און קען זיך עפענען דאס מויל.

למשל ביי מינוט 41. פרעגט ער איבער די זאלץ וואס גייט מכלומרשט ארויף אויף די ווייץ
אויף דעם פרעגט ער אים אז די ווייץ איז דאך בערך 3 - 4 פיס הויך. וויאזוי קומט אן די זאלץ אויף די ווייץ.

און דער גאון רבי מיכל נעמט זיך שטאמלען, זיין געביידע צעפאלט, דער הארבער בויך סברא געמישט מיט שנאה און פאליטיק כאפט א שטארקן טרייסל.

ווער קען אים ארויסהעלפן ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:40 לינק ישיר 

   50אינטשעס רעגן א יאר כשר למהדרין מן המהדרין
23 אינטשעס א יאר כשר למהדרין מן המהדרין
12 אינטשעס א יאר כשר למהדרין מן המהדרין
3   אינטשעס א יאר חמץ ?

ביי וויפיל אינטשעס ווערט דאס כשר למהדרין, סתם כשר, כשר בדיעבד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:38 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2012 16:54 לינק ישיר 

א חבר פארציילט מיר, לעצטעס יאר ביי כרפס שרייט זיין שווער אויפן שוויגער, שרה!!! האסט אריינגעלייגט אין די  וואסער צוקער אנשטאטס זאלץ, בייגט ער זיך צו און רוימט אים אריין אין אויער, 'דאס איז די וואסער פון אריזאנא'
הערט ער שרייען, שרה!!! די צאלץ-וואסער איז צו געזאלצען...

זאג איך אים, היי יאר זאל ער נעמען פון ר' מיכל פון די 'קריסטאל' זאלץ בהשגחת רב שם טוב פון לעבאוויטש(אוי נישט פארגעסען צו גיין צו התאה''ר פאר א כשר לפסח זיגל...)

אזוי ווי ס'איז נאך (מהר''א'ס) שושן פורים, לאמיר מאכען א בעל התל ובעל החריץ געשעפט, די ארונים ווילן פטור ווערן פון די זאלץ, און די זאלונים דארפן שטיין-זאלץ צו זאלצן די פסח'דיקע פלייש, זאל מען ברעכן אביסעל פון די אריזאנא זאלץ בערג, און די עשרת אלפים בראקער געלט זאל מען אריבער שיקען דא צו חברי הייד פארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2012 07:09 לינק ישיר 

עיר התורה לעקוואד האט געהאט די זכי' אז ס'זאל אין איר שטאט פארקומען די גרויסע אסיפה ציווישען הרה''ג רבי מיכל  אינדיג שליט''א אין הרה''ג בעל לא נודע מי הוא שליט''א וועגן די אריזאנא ווייץ וואס איז ארויסגעקומען גאר גרויסע חדושים, ואלו הן,

די וואסער פון קאלעראדא ריווער איז זיס אזוי ווי רב וואזנער האט געזאגט,
ער האט שוין געהאט פאר א יאר צורוק אמונת חכמים מסתרת...

דאס אז די ווייץ ליגט אין וואסער איז נישט קיין שאלה  
אוי, מ'קען שוין צורייסען די אלע קונטרסים פון פאר א יאר...

אויב מ'טרעפט א ריעותא אין ווייץ, זאל מען דאס נישט מער ניצן, אפילו גרויסע גדולים פלעגן עס ניצן.

אוי, אפשר איז מהר''א יא גערעכט געווען מיט די 'קאקא' דרשה...

ווען די ווייץ זענען פערטיג רעגענט (ספרינגעלס בלא''ז) וואס די וועטער מעלדט נישט.
דאס איז איינס פון די מיליטערישע סודות וואס אפילו די מאשינען אין ספיעס כאפט דאס נישט אויף, און די גרעסטע מיליטערישע חידוש אז די ווייץ ווערט נישט מצומחת ומבקעת...

אריזאנא איז איין שטיק 'קריסטאל' זאלץ בארג וואס מ'קען דאס זען מיט די אויגן.
איי רב וואזנער האט נישט געזען? מן הסתם האבן די ארונים ארויף געגאסען זאמט מיט א העליקאפטער און ס'איז געווארן נשתנה צורתו...

 ר' מיכל, טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר, און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.

מיט דעם איז מיר פארענפערט געווארען א מדרש  מצאתי דוד עבדי היכן מצאתי אותו? בסדום והיא פליאה,
 נאר ווי באוויסט דוד המלך האט זיך געזארגט אויף פרנסת ישראל, ווי די גמרא זאגט ברכות ג, ב: נכנסו חכמי ישראל אצלו [דוד המלך] אמרו לו אדונינו המלך עמך ישראל צריכין פרנסה אמר להם לכו והתפרנסו זה מזה וכו.
איצט ווען דוד המלך האט געהערט אז מהר''א'ס ווייץ וואקסען אויף זאלץ בערג, איז ער געפארען קיין סדום, אנפלאנצן און דורך דעם וועלן אסך אידן האבן פרנסות...

מיט דעם איז אויך פארענטפערט די מדרש, חשבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך אמר דוד רבש"ע בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך והיו רגלי מביאות אותי לבהימ''ד.
דוד המלך האט יעדן טאג געהערט פון נייע ארץ לא זריעה, ווי מהר''א פלאנצט אלץ אן, האט ער דאס געוואלט נאכטאן (לפרנסת ישראל), אבער ער האט געזען אז מ'האט צוטאן מיט א באנדע מש.. האט ער געזאגט, איך וועל מער אויפטון מיט גיין אין בהמ''ד לערנען א בלאט גמרא...

ווי האט יענער געזאגט ווען די נ. וואלט נישט געווען מיינע, וואלט איך אויך געלאכט...




 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לעיקוואד - אסיפת הרבנים חלק א' שנשמעו מהרה"ג ר' מיכל אינדיג שליט"א ע"פ המציאות ועדותו, וע"פ ההלכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext