אז מ'שיקט א משלח מנות פאר א שוואגער מיינט עס "יד אחת". איך וועל דיר געבן די הגדרה און לאמיר דא שטעלן דעם טאן. אויב וועט עס סאטמארער רבי ברעכן, וועל איך דיר מודה זיין אז יא, ער איז געווארן מיט אים א "יד אחת".
אויב איינע פון די 4 תנאים, וועלן געבראכן ווערן, זאג איך דיר קלאר אז סאטמאר און בעלזא זענען א "יד אחת" און ס'איז שלום צווישן די ביידע. דערווייל האט עס נישט פאסירט און עס וועט נישט פאסירן. ס'איז היידפארק גערעדעריי.
1) אויב ר' העניך אדער ר' מענדל וועט זיך משדך זיין מיט בעלזא, וועל איך דיר מודה זיין אז ס'איז שלום. 2) אויב סאטמארער רבי וועט האלטן א דרשה אין בעלזא, אזוי ווי ער האט געהאלטן א דרשה אין סקווירא, וועל איך דיר מודה זיין אז ס'איז שלום. 3) אויב מ'וועט מאכן א געלט אקציע פאר בעלזא ביי די אהרונים, וועל איך דיר מודה זיין אז ס'איז שלום. 4) אויב בעלזער רביצין וועט קומען מיט איר שוועסטער די סאטמארער רביצין, באזוכן די סאטמארער מוסדות, וועל איך דיר מודה זיין אז ס'איז שלום.
אז זיין שוואגער שיקט משלח מנות, הייסט עס נישט קיין "יד אחת" !
|
|