בית פורומים כל העולם כולו

זאלונים צייגן געפיהל צו קנאות ביי דורכגעפאלענע עצרת א' ויק"פ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/3/2012 23:29 לינק ישיר 
זאלונים צייגן געפיהל צו קנאות ביי דורכגעפאלענע עצרת א' ויק"פ

נאכן לעצט-געווארענער שידוך צווישן די הייליגע זאלונים-פראקציעס און נטורי קרתא פון אר"י, איז נעכטן פארגעקומען די "תנאים" צו דעם שידוך, ווען עס איז אפגעהאלטן געווארן א עצרת רבתי אין ראדני סטריט לטובת די כולל פון לובעצקי, מראשי נטורי קרתא באה"ק, וואו עס איז געווען ערוואטעט די באטייליגונג פון פילע טויזנטער "אמתע" סאטמארע חסידים, וועלכע האבן געזאלט צייגן זייער הייסע ווארימקייט צו די אמת'ע קנאים.

דער מעמד איז טאקע געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס, ווען עס האבן זיך באטייליגט אלע חסידי הגז"ל ביי וועמען קנאות פארנעמט אן ארט, על אפם וחמתם פון די רעדאקציע פון דער איד, און דער ציבור איז געשאצט אויף קרוב צו דריי הונדערט! (300) כן ירבו.

פאר אונז תושבי וויליאמסבורג דארף מען דאס נישט דערציילן, אבער פארן ברייטן ציבור איז גוט איבערצוגעבן אז די לעצטע פאר טאג זענען אונזערע גאסן געווען באגאסן מיט ריזיגע פלאקאטן פון אלע סארטן, מיט אויפשריפטן וועלכע רופן איינמאל פאר אלעמאל צו דעמאנסטרירן אונזער גרייטקייט פאר די שיטה הקדושה, דורכן שטיצן די ערליכע אידן און זיך קומען באטייליגן ביי א מעמד קבלת פנים לכבודם פון א דעלעגאציע פון רבנים וראשי כוללים.

למען הטראסק האט מען אויך צוגעלייגט, אז דער גאב"ד ירושלים אליינס וועט אויך אויפטרעטן דורך א הוקאפ.

בנוסף לזה, איז דער "קבלת פנים רבתי" אויך געווען געווידמעט לכבודו פונעם מנהיג הדור הרב שמידל שליט"א, א זאך וואס האט אויך צוגעגעבן א בוסט און ווארימקייט ביי די ערליכע רייען זיך צו באטייליגן אין די מאסן ביי דעם עצרת רבתי.

דער עצרת האט בעיקר געזאלט דינען ווי א הכתרה פאר די אינערליכע סיקריקים פראקציעס אינערהאלב די זאלונישע פארטיי, (וועלכע פירן א קאמפ מיט משה גבאי, דער איד און אצינד שוין אויך דער אוצר, ואכמ"ל), און זיי האבן באשלאסן אויסצונוצן דעם געלעגנהייט צו צייגן ווער עס פירט די פארטיי, און דעמאנסטרירן אז זיי האבן דעם ציבור אין די הענט. 

פאר די סיבה זענען אלע קנאים פראקיצעס געווען פאראייניגט, אז מען מוז דא איינמאל פאר אלעמאל דעמאנסטרירן א גוטס, און הייבן די געשלאגענע געמיטער פון די צומישטע זאלונים וועלכע ווייסן נישט וויאזוי אפצוטייטשן די לעצטע טעגליכע סתירות בהלכות קנאות, א זאך וואס קען חלילה שעדיגן די קנאות'דיגע מאנטל פון די פארטיי און צוברענגען אז די גאנצע באלון זאל פלאצן (א געפלאצטע באלון קען נאך פלאצן? מי יודע...), און מען האט זיך פאראייניגט צו צייגן אז די "עכטע קנאים" זיי זענען די מנהיגי הפארטיי.

דעריבער איז דער מעמד פראפאגאנדירט געווארן סיי דורך די "SatmarHQ" פראקציע אויף טוויטער, סיי דורך די "חומת הדת" פראקציע אויף זייער האטליין, און סיי דורך די "אתרא קדישא/נטורי קרתא" פראקציע אויף זייער האטליין (וועלכע איז אויפגעשטאנען תחיית המתים מיט 2 וואכן צוריק ספעציעל צו דעם גרויסן געלעגנהייט).

אלזא, היינט א טאג דערנאך, הערשט א גרויס פרייד ביי די עסקנים, אז נאך גרויס מיה און פלאג, נאכן אויסגעבן א געשאצטע עשרים אלפים ככר פארן מעכטיגן קאמפיין, האט מען ב"ה זוכה געווען אפצורעכטן אזא סוקסעס, ווען יעדע טיש אין ראדני האט פארמאגט באזונדערע 3 אקופירער!, און נאכדעם וואס אלע שטיבלעך זענען געווען פארמאכט, און די בלעמער איז געבליבן אויף זיין פלאץ, האט מען ב"ה מצליח געווען אז אזויפיל ווי 300 ערליכע זאלונים זענען געקומען ראטעווען די מצב, און טיילווייז אנפילן דעם פארבליבענעם חלק פונעם גרויסן ביהמ"ד.

דאס איז געווען א געוואלדיגע חיזוק פאר די עסקנים, זעענדיג אז מיט שווערע געלטער קען מען נאך היינט צוטאג מצליח זיין צו פאראייניגן 300 זאלונים וועלכע זענען געטריי פאר די "זאך", פאר די "נקודה"!, און מען לאזט זיך נישט פארפירן פון די זעלבסט-געקרוינטע פירער וועלכע ווילן אוועקפירן די פארטיי נענטער צו סאטמאר'ע נארמאליזים...

די עסקנים דרוקן זיך אויס מיט צופרידנהייט: משה פר"מ האט אונז גאראנטירט א ליידיגן ביהמ"ד, און מיר האבן באוויזן אויסצושפילן דעם צורר היהודים, און אזויפיל ווי "קרוב צו האלב זיצן" זענען למעשה געווען באזעצט! 

לא אלמן ישראל.

============

(נ"ב: די פרעסע פארבאט אויף די בילדער וועט האפנטליך אראפגענומען ווערן אין די נאנטע טעג, ביטע ווארטן מיט געדולד. מיט אנטשולדיגונג, העסקנים.)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2012 21:17 לינק ישיר 


ביטע שענק א בילד פונעם מעמד אין ראדני א' ויק''פ
 בלויז פונעם ציבור הגדול והאדיר, בלי דעם שיינעם אויבענאן אין שפיץ פון מרז''ל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2012 21:14 לינק ישיר 

סתם ליגענט, עס זענען געווען בלויז צוואנציג מענטשן. די אהרונים פארפירן אייך מיט שקרים אז עס זענען געווען 300



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2012 19:24 לינק ישיר 

ר' דוד שמידל איז נישט אנגעקומען, אנשטאט אים האט גערעדט דער טאשהער בעל מוחה ר' חיים יוסף גאטליב.

נעבעך די זאליס האבן פרובירען מיט אלע כוחות צוזאם נעמען אן עולם אבער עס איז געווען קנאפע 300 נפשות און רוב דערפון בחורים, ווי עס קוקט אויס וועלן די פאפיטעס עסערס בלייבן אן א גארשן אין טאש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2012 22:59 לינק ישיר 

אויך די גליון העדה, וועלכע באריכטעט אז "המונים רבים" האבן זיך פארזאמלט זונטאג נאכט אין ראדני, האט נישט געקריגן קיין בילד פונעם גרויסן ציבור אריינצושטעלן.

===

אגב, איז דארט באריכטעט אז הגר"ד שמידל שליט"א האט גערעדט דורכן טעלעפאן.

איז ער נישט געווען דארט פערזענליך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2012 19:57 לינק ישיר 

צמח און געלעכטער, איך האב דאס נעכטן געשריבן:

FiveBoro כתב:
חלילה, מען זאל שיקן געלט וויפיל מען קען פאר די חשובע אינגעלייט, כרצון קדשו פון דעם גאב"ד שליט"א!

דער ווייטאג איז דאס אז דער עולם איז נישט דערביי!

נישט נאר משה פר"מ קערט נישט, נאר עס האט זיך ארויסגעשטעלט זונטאג אז דער גאנצער ציבור איז קאלט.

(אגב: די פרעסע פארבאט אויף בילדער פונעם עצרת איז נאך דערווייל אין קראפט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2012 19:53 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
מ'רעדט דען דא פון עדיפות, צי יטב לב צי די כולל יונגעלייט? מ'רעדט דא אז מ'האט געמאכט א אקציע לטובת עניי ארץ ישראל אין ביהמ"ד הגדול, און פאר די אהרונים שמעקט דאס נישט וויבאלד לשיטתם זענען די 300 כולל יונגעלייט פאשקעווילן שרייבער אויף ר' אהרן.


געלעכטער.
איך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות. ווייל וויפיל איך ווייס איז מען געגאנגען נאך געלט ביי די ארונים לטובת "משמרת חומותיך" וועלכע געבן אויך געלט פאר די סארט קנאות צוועקן בארצינו הקדושה.

חוץ איינס פון די פאלגענדע סיבות באוועגן דיך צו טראכטן אזוי:
אויב דו האלסט אז ר' בנציון לאוב שארט אריין דאס געלט אין קעשענע (!)
אויב דו האלסט אז וועד הארצי קומט פאר משמרת חומותיך.

ביי מיר איז וועד הארצי קאמפיין פאר קמחא דפסחא און עס איז טאקע וויכטיג ווי אויבן-געשמועסט, אבער פאר מוסדות יטב לב האלט איך (און יעדער סאטמאר חסיד ווי איך קלער) קומט עס נישט.

נאך א שטיקל טעות האסטו:
די ארונים פירן נישט קיין קאמף מיט הרב לובצעקי'ס וועד הארצי. זיכער נישט. מ'האלט עס נאר נישט פאר די וויכטיגסטע צדקה קאסע ווי צו געבן געלט.

משא"כ - יעצט לייג צו קאפ - די פארטיי בראשות כ"ק אדמו"ר מהרז"ל  פירט יא א שמוציגע קאמפיין קעגן נטרונא, אויף אזוי ווייט אז הרבני הנגיד ר' י. הירש הי"ו (עטרת אברהם) האט אנגעשייגעצט און מבזה געווען די עסקנים פון נטרונא ברבים, ווייל זיי זענען ארונים.

יעצט יעמוד יעמוד געלעכטער, טייערער, וועלכע איך שטעלן די פראגעס צו דיר, און אויב דו ביסט ביכולת צו ענטפערן און מיר פארשטיין געבן על מה ולמה יצא הקצף קעגן נטרונא.

מאכן זיי דען פאשקעווילן קעגן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מהרז"ל? (ווי דו זאגסט אז דו ארונים זענען חושד וועד הארצי קאסע) אז מ'זאל עפענען א קאמף קעגן זיי.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2012 16:48 לינק ישיר 

מ'רעדט דען דא פון עדיפות, צי יטב לב צי די כולל יונגעלייט? מ'רעדט דא אז מ'האט געמאכט א אקציע לטובת עניי ארץ ישראל אין ביהמ"ד הגדול, און פאר די אהרונים שמעקט דאס נישט וויבאלד לשיטתם זענען די 300 כולל יונגעלייט פאשקעווילן שרייבער אויף ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2012 16:26 לינק ישיר 

צמח_דוד כתב:
די קאסע פון לובעצקי איז געפרוירן געווארן דורך די משטרה (אדער יא אדער נישט) און ס'נישטא קיין געלט פאר די "שבנא וסיעתו" פאשקעווילן


מיט א הייב מיט די האנט האסטו באשולדיגט 300 כולל יונגעלייט אלס פאשקעווילן שרייבער.

דאס איז די תמצית פון די תורת צאנז קאורט: האלטסטו מיט מיר איז גוט, און אז נישט - און אפי' דו טראכסט נאר אז איך האב זיך נישט געטארט טרעפן מיט'ן בעלזער - דארפסטו שטארבן פון הונגער, און פארטריקנט ווערן.  



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/03/2012 15:25:58




צמח. איך זעה נישט קיין דעקונג צו זיין אבזערוואציע אין אזוי-גערופענעם תורת צאנז קאורט:

ווער זאגט אז זיי דארפן שטארבן פאר הונגער חלילה. קמחא דפסחא איז א חשוב'ע צדקה צוועק. אבער וואס האט עס מיט קנאות ספעציעל?
עס איז א מצוה פונקט ווי "הכנסת כלה" און פדיון שבויים, און אפשר אביסל מער, ווייל פאר "קמחא דפסחא" איז יעדער מחוייב צו געבן צדקה כמבואר בשו"ע.

איך האלט אבער אז "מוסדות יטב לב" איז דאך וויכטיגער, וואס קומט מיר פאר דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2012 11:40 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
די קאסע פון לובעצקי איז געפרוירן געווארן דורך די משטרה (אדער יא אדער נישט) און ס'נישטא קיין געלט פאר די "שבנא וסיעתו" פאשקעווילן


מיט א הייב מיט די האנט האסטו באשולדיגט 300 כולל יונגעלייט אלס פאשקעווילן שרייבער.

דאס איז די תמצית פון די תורת צאנז קאורט: האלטסטו מיט מיר איז גוט, און אז נישט - און אפי' דו טראכסט נאר אז איך האב זיך נישט געטארט טרעפן מיט'ן בעלזער - דארפסטו שטארבן פון הונגער, און פארטריקנט ווערן.  



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/03/2012 15:25:58




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 19:24 לינק ישיר 

חלילה, מען זאל שיקן געלט וויפיל מען קען פאר די חשובע אינגעלייט, כרצון קדשו פון דעם גאב"ד שליט"א!

דער ווייטאג איז דאס אז דער עולם איז נישט דערביי!

נישט נאר משה פר"מ קערט נישט, נאר עס האט זיך ארויסגעשטעלט זונטאג אז דער גאנצער ציבור איז קאלט.

(אגב: די פרעסע פארבאט אויף בילדער פונעם עצרת איז נאך דערווייל אין קראפט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 19:05 לינק ישיר 

גראדע בין איך א מעמבער אין 17 פראקציעס, דאס איז קנאפ א נפק"מ. איך וויל אבער פארשטיין פארוואס נאר פייוובארא איז קעגן שיקן געלט פאר טייערע כולל אינגעלייט, ווען להבדיל אלף אלפי הבדלות כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א שפירט יא פאר וויכטיג צו שרייבן א בריוו בכתי"ק אין שטיצע פונעם כולל, און האט גערעדט אויף א הוקאפ זונטאג נאכט מ'זאל דעם כולל שטיצן. וואס האבן די טייערע כולל אינגעלייט זיך פארזינדיגט פאר פייוו בארא אז זיי דארפן אויסגיין פאר הונגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 18:58 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
פייוו בארא, אין איין ווארט אפשר זאגסטו וואס דיר באדערט?


מיר באדערט אז דער הייליגער ציבור דאהי פאפט ליידער! האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה?!

- די קאסע פון לובעצקי איז געפרוירן געווארן דורך די משטרה (אדער יא אדער נישט) און ס'נישטא קיין געלט פאר די "שבנא וסיעתו" פאשקעווילן

- די אינגעלייט וועלכע ווארפן גאז באמבעס אין בתי וורשא ווערן אומשולדיג ארעסטירט

- קברי ישראל ווערן רח"ל געראטעוועט דורך אזעלכע עסקנים וועלכע ווילן זיך נישט אונטערווארפן אונזטער די הייליגע טעראר פון אתרא קדישא

- מוסרים פון תולדות אהרן זעצן איין עסקנים חשובים וועלכע זענען עוסק אין פאשקעווילן שרייבעריי קעגן תו"א רבין

- די ערליכע אינגעלייט פון לובעצקי'ס כולל קענען מער נישט גיין אויף קיין הפגנות קעגן די ועד למניעת חילול קברים, צוליב וואס זיי קריגן נישט זייער געהאלט

און דער ערליכער ציבור חסידי הגז"ל שלאפן אין בעט רואיג?!


=========


ערנסט גערעדט: איך ווייס נישט אז מיר זאל עפעס דא באדערן, אבער דו ביסט גערעכט אז דו לאכסט.

די פראקציע וואו דו געהערסט זענען שטארק צופרידן פונעם דורכגעפאלענען עצרת, והבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 17:45 לינק ישיר 



די זאלונים שיקן געלט צו ליידיגיין אגאנצן טאג, פארברענען מיסט קאסטענעס און צעברעכן טראפיק ליכט.

ארונים שיקן געלט פאר ועד חינוך הטהור שע''י עדה החרדית און פאר מערכות קעגען גיוס בני הישיבות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 17:00 לינק ישיר 

נו מילא, אהרונים אין אלגעמיין איז דאך דא עטליכע אין פופציג טויזענט און זאליס נאר עטליכע הונדערט. וואס האט ער טענות? ‎​
 
והשנית פארוואס ווען די זאליס שיקן געלט קיין ארץ ישראל הייסן זיי סיקריקים, און ווען די אהרונים שיקן הייסן זיי מסירות נפש אידן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 06:12 לינק ישיר 


לכאורה באדערט אים אז נאר פון די ארונים האט מען צוזאמענגעשטעלט און אריבערגעשיקט קיין ארץ ישראל 50 טויזענט דאללער פאר די מערכה קעגען גיוס בני הישיבות, און די זאליס פטר'ן זיך מיט קליין געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלונים צייגן געפיהל צו קנאות ביי דורכגעפאלענע עצרת א' ויק"פ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext