בית פורומים אידישע געדאנק

ביטערע נייעס פון נעכטן י"ח אדר תשע"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2012 18:56 לינק ישיר 
ביטערע נייעס פון נעכטן י"ח אדר תשע"ב

ביטערע נייעס פון נעכטן י"ח אדר תשע"ב (מאנטאג ויקהל-פקודי)

א ספר'דישער רב הרב חושיאל וועלכער איז א משגיח ביי "מהדרין עופות" (התאחדות) פאר די ספר'דישע קהלה, האט נעכטן אונטערזוכט די עופות נאכ'ן שחט'ן, און ער איז שאקירט געווארן צו זעהן אז "א גרויסע פראצענט" זענען טריפה ממש צוליב די "צומות הגידין".

ליידער איז דאך דא די הוראה פון געוויסע מופקרים אז מ'דארף נישט "באקוקן" קיין צומות הגידין און אדאנק דעם האבן אידישע קינדער געגעסן טריפה ממש, פאר גרויס געלט.

דער ספרדישער רב קען נישט קיין חכמות האט געזאגט אז די עופות זענען טריפה און ער נעמט עס נישט. מ'האט שנעל אלאמירט די רבנים המכשירים פון התאחדות הרבנים, וועלכע האבן נעבעך נישט געוויסט בין ימינם לשמאלם פון "צומות הגידין" און וויאזוי מ'איז עס בודק.

נאך א לאנגע דין ודברים האט דער הויפט רב הרב הלל וויינבערגער געגעבן דעם ארדער אפצושטעלן די שחיטה, און אנהייבן אונטערזוכן די עופות יעדע איינע באזונדער.


די בדיקות האבן געוויזן אז 25 פראצענט עופות זענען איבערגעריסן ביי די צומות הגידין. רח"ל.
ליידער גייט דער פראבלעם אן א לאנגע צייט, און מ'איז נישט בודק (משום טעם הכמוס) און דאס גיט מען צו עסן בחזקת כשר למהדרין!





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ביטערע נייעס פון נעכטן י"ח אדר תשע"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext