נשלח ב-14/3/2012 23:09
ר' אהרן א ליצנות ביי די לווי'ה דער בעלזער האט געגעבן א קוויטל פאר די צווי וויזניצער רביי'ם פון בני ברק, ר' אהרן נישט
דער בעלזער האט געריסן קריעה כדין חתנו כבנו המבואר בשו"ע, ר' אהרן נישט
אונטערסאנט אבער ביים בקשת מחילה פונעם בעלזער,פלוצים דארטן האט ער פארשטאנען אז עס איז דא א שו"ע.
נשלח ב-14/3/2012 23:13
אפשר צייכנסטו אן ווי אין שו"ע שטייט אז א איידעם דארף קריעה רייסן נאך א שווער?
נשלח ב-14/3/2012 23:16
די סקווירא האט אויך נישט געגעבן, ליצנות איז די בעלזער, הגם מ'קען אים דן זיין לכף זכות אז ער טוט לעצטענס פאר שלום, און ער האט געגעבן קוויטלעך פאר ביידע רבי'ס
נשלח ב-14/3/2012 23:21
וואלןסח כתב: אפשר צייכנסטו אן ווי אין שו"ע שטייט אז א איידעם דארף קריעה רייסן נאך א שווער?
די ווארט איז נישט אלץ טאטע, נאר אלץ רבי. וויזניץ'ער רבי האט שטארק מחזק געווען די בעלזער אלץ אינגערמאן (ער איז געווען א יתום מאב) האט ער געשפירט א נענטערע קשר ווי די אנדערע איידימער
נשלח ב-14/3/2012 23:44
קי"ל דכל קרובים שהוא חייב להתאבל עליהן מתאבל עמהם כדאי' במו"ק כ,ב ולהלכה ברמב"ם (הלכות אבל פ"ב הלכה ד-ה). ובש"ס שם דבאשתו מתאבל רק על הורי' ולא על שאר קרובי'. ומפורש שם (ובדף כו, ב) דטעמא משום "כבוד אשתו". ובל' הרמב"ם: כל קרובים שהוא חייב להתאבל עליהן הרי זה מתאבל עמהם בפניהם מדברי סופרים . . אשתו הנשואה אף על פי שהוא מתאבל עליה אינו מתאבל עמה על שאר קרובים אלא על אביה ועל אמה משום כבוד אשתו נוהג אבלות עליהן בפניה . . ובפרק ח הלכה ה: וקורע אדם על חמיו ועל חמותו מפני כבוד אשתו, וכן האשה קורעת על חמיה ועל חמותה מפני כבוד בעלה.
נשלח ב-15/3/2012 00:00
לוויות טייערער ביטע לערן א טראפ איידער דו שרייבסט מיט ריזיגע ווערטער.
דער רמ"א קריגט מיט דיר!
און לידעתך מיר פירן זיך ווי דעם רמ"א אז מיר רייסן נישט קיין קריעה ביי א שווער אדער שוויגער. (אפשר די היידפארק ליינער האבן אנדערע מנהגים).
תוקן על ידי לאנצוט ב- 15/03/2012 00:11:41
נשלח ב-15/3/2012 00:13
לוויות טייערער, ביסט מכובד צו זאגן אז ווער עס פירט זיך ווי דעם רמ"א איז א ליצנות. (נעקסט טיים מאך נישט א גוגעל סוירטש ווי א פוילער יונג, נאר זוך געהעריג, און דערנאך שמייס אן דיין פאליטישן שונא). דאס נאר א סודעדזשטען. מוזט נישט פאלגן.
נשלח ב-15/3/2012 00:23
לאורך כל דקות הקבורה, מאז ירד ממכוניתו, לא חדל האדמו"ר מסאטמר מלבכות.
נשלח ב-15/3/2012 00:43
עס איז אזוי אמת ווי דאס: דאס איז שוין די צווייטע ליגענט. די ערשטע ליגענט. כל כרטיס טיסה של חברת 'דלתא' עלתה לאדמו"רים וליתר חברי הפמליה שהתלוו אליהם - 5000 דולר לאדם. מ'קען נישט גלייבן קיין ווארט, חוץ אז ער איז א איידעם ביים נפטר, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ז"ל. דאס אלעס וואס איז 100 אמת.
נשלח ב-15/3/2012 03:35
ס'קען נישט זיין אז ר' אהרן האט געוויינט אגאנצן צייט?
נשלח ב-15/3/2012 05:03
נאכן בילד ווי כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א לאכט ארום אין עיר פארט מיט וויטריאל זעט זיך נישט אויס אז דעם שווערס פטירה טוט אים וויי. תוקן על ידי נפל ב- 15/03/2012 05:05:59
נשלח ב-15/3/2012 16:07
1) עס איז זייער מעגליך אז ר' אהרן האט געקווטשט די טרערען קנעפל לכבוד זיין שווער און לכבוד די קאמערעס
2) אבער עס שטעלט זיך א פראגע טאמער האט ער יא א געפיל פאר זיין שווער היתכן אז ער האט זיין גאנץ לעבן נישט אנגעקוקט זיין שווער?
מען קען זאגען אז ער האט מורא געהאט פון די פינסטערע בני יואל וכדומה, אבער ער האלט דאך אז פאר נימוס ודרך העולם קוקט מען נישט אויף די זאכען?
ער האט געיאמערט ווי א ביבער אז מען לאזט נישט די ברך משה מיטהאלטען שמחות פון אייניקלעך, אפשר זאגט איר מיר וויפיל מאל ער האט געזעהן אז זיין שווער זאל זיך קענען באטייליגען ביי זיינע שמחות?
איי וועט איר זאגען אז זיין שווער האט מורא געהאט צו קומען קיין סאטמאר, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעהויבען אמאל מאכען אויך דארט א לחיים מיט'ן שווער לכבוד די שמחה, אדער פארען מיט א קינד פאר'ן חתונה נעמען א ברכה ביים זיידען?
די פשוטע מסקנה איז אז א חי' איז א חי' אין ביהמ"ד און אין שטוב און אין גאס, ר' אהרן האט זיך אויפגעפירט צו זיין שווער אזוי ווי צו יעדן איינעם און אזוי ווי צו זיין טאטען ווען ער האט נישט געדינט זיין אינטרעס,
יעצט וויין אהרעלע וויין
נשלח ב-15/3/2012 16:09

נשלח ב-15/3/2012 17:05
נפל כתב: נאכן בילד ווי כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א לאכט ארום אין עיר פארט מיט וויטריאל זעט זיך נישט אויס אז דעם שווערס פטירה טוט אים וויי.
תוקן על ידי נפל ב- 15/03/2012 05:05:59
נפל, דו האלסט אז ער דארף זיין מער צעבראכן ווי די 2 זון פונעם נפטר. (מיר קוקט אויס ווי זיי שמייכלען ביידע, אפשר צו וויטריאל???)
נשלח ב-15/3/2012 17:15
טייערער חסידנהלב, (חסיד שוטה פאסט מער, אבער אז חסידות איז נתשכח געווארן, ביזטו א ... אן זיין א חסיד).
חסידנלהב כתב: 1) עס איז זייער מעגליך אז ר' אהרן האט געקווטשט די טרערען קנעפל לכבוד זיין שווער און לכבוד די קאמערעס...
- - אמר לאנצוט: אויב ער וויינט יא. איז עס א טרערן קנעפל. אויב נישט איז ער א חיה רעה. גאנץ גוט היפאקריטעלע.
2) אבער עס שטעלט זיך א פראגע טאמער האט ער יא א געפיל פאר זיין שווער היתכן אז ער האט זיין גאנץ לעבן נישט אנגעקוקט זיין שווער?
- אמר לאנצוט: וואס מיינט אנגעקוקט? ער פלעגט גיין צו זיין שווער, גענוי וויפיל יעדער איד פארט צו זיין שווער וואס וואוינט אין בני ברק. ער פלעגט פארן צו א שמחה, גיין וויזיטן, שמועסן און אים געבן דעם גרעסטן כבוד וואס שייך.
מען קען זאגען אז ער האט מורא געהאט פון די פינסטערע בני יואל וכדומה, אבער ער האלט דאך אז פאר נימוס ודרך העולם קוקט מען נישט אויף די זאכען?
- אמר לאנצוט: מורא געהאט פאר די בני יואל??? מ'האט דאך אים געמאכט פאר א ציוני, פאר א שייגעץ טמא וואס ראשו ורבו אין וויזניץ ! ביי אים אין שטוב רעדט מען נאר העברעיש. סאשא איז א שטיק ציונות??? גייט ער נישט איז ער ווידער א חיה רעה. גייט ער יא איז ער ציוני און פירט איין מ'זאל זאגן הלל אום ה' אייר רחמנא ליצלן.
ער האט געיאמערט ווי א ביבער אז מען לאזט נישט די ברך משה מיטהאלטען שמחות פון אייניקלעך, אפשר זאגט איר מיר וויפיל מאל ער האט געזעהן אז זיין שווער זאל זיך קענען באטייליגען ביי זיינע שמחות?
- אמר לאנצוט: מאך דיך נישט טאמעוואטע ביטע.
מ'האט דעם ברך משה אוועקגעפירט ביום חופת נכדתו נגד רצונו. נישט דער ברך משה האט עפעס נישט געוואלט קומען.
עס האט קיינער נישט פארגעסן די השחתה וואס הגה"ק מהרז"ל ושופו משה פרידמאן האבן געטאן. נישט אומזיסט לויפט עס אים נאך עד היום הזה..
איי וועט איר זאגען אז זיין שווער האט מורא געהאט צו קומען קיין סאטמאר, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעהויבען אמאל מאכען אויך דארט א לחיים מיט'ן שווער לכבוד די שמחה, אדער פארען מיט א קינד פאר'ן חתונה נעמען א ברכה ביים זיידען?
די פשוטע מסקנה איז אז א חי' איז א חי' אין ביהמ"ד און אין שטוב און אין גאס, ר' אהרן האט זיך אויפגעפירט צו זיין שווער אזוי ווי צו יעדן איינעם און אזוי ווי צו זיין טאטען ווען ער האט נישט געדינט זיין אינטרעס,
יעצט וויין אהרעלע וויין
אמר לאנצוט: ער פלעגט פארן צו א שמחה, גיין וויזיטן, ער פלעגט שיקן די קינדער פון מאל צו מאל, און מ'האט אים טאקע פארשטיינערט דערפאר. און בכלל, מיט וואס א רשעות האט מען צעשטערט די חתונה פון זיין זון, אז מ'האט נאכגעש ריגן א זיידן ביי זיין איינקי'לס חתונה.
אויף די השחתה טמאה ביזטו עפעס נישט מוחה, אויף דעם טראכסטו וועט מען דיר געבן שכ ר? אזא סארט שכר וואס הייסט ... רותחות!
ביטע ענטפער אבער נאר אויב דו האסט עפעס צו דער זאך.
א דאנק,
נ.ב.
אויך ווארט איך אן אנטווארט איבער די ליצנות פון זיך פירן ווי דעם רמ"א, ווי מיר ווייסן אז "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א!"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.