| נשלח ב-15/3/2012 20:49 |
|
| |
דער מעכטיגער וועד הכשרות לעניני בגדי נשים: שוין דא צו באקומען אין די סטארס
נשות סאטמר, התחדשו: הוקם 'בד"ץ הבגדים' • האדמו"ר: "תדרשו ההכשר" | לפני כשנה הכריז האדמו"ר מסאטמר על הקמת ועד כשרות מיוחד לבגדי נשים • לקראת חג הפסח, יחל הוועד לפעול, בשיתוף פעולה עם דיינים מבאבוב ופאפא • האדמו"ר: "מי שרוצה להרוויח, שיידע שצריך למכור רק עם הכשר" • על כל בגד יהיה פתק עם סימון מיוחד של ההכשר | | משה ויסברג, בחדרי חרדים 19:13 15/03/2012 |
| |
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39012
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2012 15:32 |
|
| |
עס קאסט מיר א לאך צו זעהן אז יפה כיוונתי
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2012 03:23 |
|
| |
ווער עס האט א ליסט פון די געשפטען פון אלע היימישע געגענטער וואס פארקויפן די 'כשר'ע דאסוטערס' ווער געבעטן עס ארויף צו לייגן דא. ~~~ בקשה פון ציבור צום ציבור ~~~ היות 'אלע' פאבריקאנטן באטראכטן זייער שטארק די אויסגאנג (סעילס) פון די דאסטערס פון די איצטיגע סעזאן, ווער געבעטן יעדער איינער וואס האט א שטיקל געפיל פאר קדושת ישראל, אנצושטרענגן און געבן געלט פארן בני בית צו קויפן די נייע דאסטערס. ישר כוחכם בשם כלל ישראל!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 20:31 |
|
| |
מישמאש, איך בין זייער אנטוישט פון דיין ווילדן אויסברוך אויף כ"ק אדמו"ר מהרז"ל.
נישט ווייל איך האלט פון אים מער וויפיל דו האלסט פון אים, נישט ווייל איך זעה דא ספעציעל שארפע ווערטער, נאר צוליב דיין אויסברוך אויף אים פערזענליך, וואס איך דיר שוין ערקלערן פארוואס איך דרוק אויס אפשיי.
דו שרייבסט: נישט אונזער רבי זאלישעל, מיט אים איז נישט דא צו וועם צו רעדן, רבי זאלישעל רירט זיך נישט, פרעסט און פאפט און לאכט פון די וועלט, ער האט יעדן און דער ערד, ער האט בארויבט זיין ברידער פון אלע בנינים, אריין גערעכנט דאס פרעכטיגע הויז פונעם ברך משה זי''ע, ער האט נישט געדארפט אריין שטעקן די פינגער און וואסער פאר גארנישט, ער לאכט א גוטס, און לעבט זיך א לעבן, און ער יעדן טיף טייער."
ע"כ דבריך:
איך וויל דיך פרעגן גאנץ גראד: מיט וואס לאכט ער פון די וועלט? איך האלט פארקערט, די וועלט לאכט פון אים.
איי דאס אז ער האט 120 בילדינגס מיט ריעל עסטעיט. דאס מאכט דיך צעבראכן. האט ער בילדינגס. מיט דעם ווערט מען רבי. דו קענסט איינעם פון די גרויסע חסידיש'ע רביים וועלכע האבן פארמאגט אפילו איין בילדינג?
זאג נאר, פשעווארסקער רבי שליט"א פארמאגט איין געביידע? איז דאך נאך אז דיר באדערט אז "ער האט דיר" אוועקגענומען... שוין, האט דיך עמיצער בארויבט מיט 150 מיליאן דאלאר, מ'האט שוין געהערט אזוינס, כ'קאן הערן אז דו זאלסט האבן א שווער הארץ (וואס איך האב גראדע נישט), אבער צו ווערן אזוי אויס מענטש.
אויסערדעם שרייבסטו: ער פרעסט וואורשטלעך א גאנצן טאג וכו',
וואס ארט דיר אז ער עסט צו דער זעט. לערנען האלט ער "צוליב געוויסע סיבות" נישט דערביי, אויפטאן פאר אידישקייט דארף מען האבן א מיליטער און ער האט עס נישט, פארוואס בייסטו בייז אז ער האלט און איין עסן ווארשטלען און ליגן פרקדקן. (א בעל בשר מעג כנודע)?
ביטע בארואיג זיך. איך זעה נישט אז ער זאל האבן געמאכט "איין איינציגע טריט" אויפן שאך ברעט די לעצטע 12 יאר וואס ער איז אין וויליאמסבורג.
איך זעה נישט אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל זאל האבן צובאקומען איין איינציגן פרעמדן רב, איך קען נישט קיין איין קרייז וועלכע האט זיך צוגעשטעלט צו אים. חוץ זיינע פעיראלל דיינים האט ער גארניקס, נו, פאר זיי באצאלט ער. זאל ער זיי סטאפן דעם טשעקל האט ער דאס אויך נישט. אלזא זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט זיין אויף אים בייז, און אוודאי בין איך שארף קעגן דיין ספאנטאנע אויסברוך אן קיין שום בארעכטיגונג.
חזור בך מישמאש - חזור בך!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 19:40 |
|
| |
דאס נידריקייט און טיפשות פון די זאליבאנעצעס איז דאך נורא נוראות! יעדער ווייסט דאך, עס איז נישט קיין סוד, אז דער שטריק רבי זאלישל האלט נישט ביי גארנישט, ער וויל נאר זיצן אויפן נאגאט מיט די פוס אופן טיש, און פרעסן ווארשט'ן מיט זויער קרויט, און ווען ער איז שוין נעבאך אונגאנצן פארשימעלט פון זיצען און קלאצן הייבט ער זיך אויף און פליט קיין נארט מיאמי צו שטיפן דארט די צייט מיט די זקינים וואס ווארימען זיך דארט אויף די זון, אדער פארט ער מיט משה וואלף קליין צו יענקי שטיין צו פראווען בעל שמקע מופתים, שמואל קאמפאט שפייט נעבאך הייס בלוט יעדעס מאל מען מיז אפרייסן דעם פוילען שטריק פון זיין זיצער, און אים ארויסשלעפן פון אונטער די דאכענע, אבער למעשה האט דאך א רב א תפקיד, פארזארגן די בני קהלה מיט כשר פלייש, מהידר'דיגע מצות, מחזק זיין דעם עולם צו לימוד התורה, צניעות, קדישה, זאגן דרשות, און נאך, נישט אונזער רבי זאלישעל, מיט אים איז נישט דא צו וועם צו רעדן, רבי זאלישעל רירט זיך נישט, פרעסט און פאפט און לאכט פון די וועלט, ער האט יעדן און דער ערד, ער האט בארויבט זיין ברידער פון אלע בנינים, אריין גערעכנט דאס פרעכטיגע הויז פונעם ברך משה זי''ע, ער האט נישט געדארפט אריין שטעקן די פינגער און וואסער פאר גארנישט, ער לאכט א גוטס, און לעבט זיך א לעבן, און ער יעדן טיף טייער, איי איי איי איי אונזער רבי זלמניו............... דער הייליגער ברך משה זי''ע האט דאך גוט געקענט זיין ''כסיל יודא'' וואו ער פרעגט אים צו ריפן מתוך אהבה, ער איז געווען א מבין אויף זיין בענאק דער פוילער רבי זלמן, האט ער אים געהייסן אויפן קראנקן בעט, הייס צוזאגן אז ער וועט א וועק שטיין פון סאטמאר, און בלייבן און סיגוט זיך פיצן נאז מיט די אלטע באטשי'ס און נעניס, און סאטמאר זאל ער לאזן פאר זיין עלטערע ברידער כ''ק אבינו רועינו רבינו הקוה''ט שליט''א, וואס ער איז א איש המעש, און א קדוש מרחם, און כלל ישראל איז סרים למשמיעיתו, און ער איז נערץ וקדוש ביי אלע גדולי ישראל, פארשטייט זיך אז רבי זאלישעל האט הייס צוגעזאגט, יא! יא! וואו יענער האט געזאגט, מאך דיר נאר צו די אויגן, דאן וועל איך טאן וואס עס גוט פאר מיר... ער וועל דער ברידער אזא קאפע טאן אז ער וועט ווערן א רויזעלע...... דאן וועל איך פארוואנדלט ווערן פאר די גרעסטע רעבע....... (וואו האט נאר דער פרומער רבי זאלישער געיאמערט ביי די פערלשטיין לוויה? גנבים...וועעעע גזלנים...... ווווועעעעהההה....... חמסנים..................וועעעההה...........) איז אנשטאט די זאליס זאלן זיך פרייען אז איינער טיט די ארבייט, וואס זייער פוילער ליידיגער שטריק דארף ווען לשיטתם טאן, זענען זיי פארנימען א גאנצן טאג חוזק מאכן און אראפ רייסן, דעם צדיק הדור וואס טיט למען קדישת שמו יתברך, באמת וואלט דאך רבי זאלי הגדול געדארפט איינפירן הכשרים אויף דאסטערס, ער איז דאך דער מנהיג הדור? ניין? פיין! ער האלט נישט דערביי, ער וויל ענדערש שפילן דאמינא מיט חיי שרה, גוט! פרייטס אייך אבער אז א צווייטער טיט יא למען קדישת ישראל?! ניין! נישט די ווערים/קרעטץ/יאקאבאוויטשליך/למניהם, יודישקייט זאל ענדערש אונטערגיין, אויב נישט רבי זאלי איז ביי די מאכט, הה''ד אז מיר וועלן נישט זיין די פילאטן וועט די פליגער קראכן!
תוקן על ידי מישמאש ב- 19/03/2012 19:46:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 18:49 |
|
| |
איך הער אז די קאמפאני פאסטעל (PASTEL) וויל זיך נישט צושטעלן. איז עס אמת?
אויב יא, דארף מען אנזאגן אין שטוב נישט צו קויפן ביי זיי. נישט חלילה מאכן קיין בויקאט, נאר מ'דארף דאך וויסן נישט נכשל צו ווערן מיט מלבושי שחץ, ווייל פאר זייערע פאר דאלאר לוינט זיך בעסער צו פארקויפן די "פאריזער סטיילס".
אויב איז עס נישט אמת, האב איך גארנישט געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 17:36 |
|
| |
וכל דבר שהוא לש''ש וכו'
די סוקסעס איז ב''ה למעלה מן המשוער אלע פאבריקאנטען ארבעטן צוזאמען מיט די וועד אלע געשעפטן פארלאנגן די ספעציעלע לעיבל, נאכציקומען די גרויסע פארלאנג פין די קאסטומערס אין כמעט אלע קהילות אין ניו יארק האבען עס שוין פארלאנגט אין די בתי חינוך כן יעזור ד' להלאה
געדענקט אנצוזגען אין שטוב, ווען מ'קויפט איין אויף יו''ט זאל מען פארלאנגן דוקא די ספעציעלע לעיבל ווי מער די פארלאנג וועט זיין אלס מער וועט זיין די אויסוואל אין צניעות'דיגע בגדים וועלן צירוקנמען די מארקעט בעז''ה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 15:44 |
|
| |
דער שעמט זיך ניטאמאל. אסר'ן קען איך אויך. די בג"ץ בי"ד אסערט רעכטס און ליקס יעדן צווייטן טאג. אבער טוהן צו דער זאך טוט נאר דער שגץ פון מאנרא נישט נאר יעצט נאר איעדע זאך. ווי שטארק די האסט אים פיינט קענסטו נישט ווייזן נאך איין רב וואס האט אזויפיל אויפגעטוהן. (חוץ הגז"ל מיט זיין בג"ץ.....). ווער עס האלט ביים זיין ערליך שטעלט זיך צו און ווער נישט פארקויפט זיין פארדארבנקייט מיט א מאסקע פון נבלות,פאבליק סקול, טעראר אין אנדערע ווערטער פוי שגץ פרעשור נישט לאז מיך זיין פארדארבן און טוהן כל מה שליבי חפץ. סא פאק איין און פערטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 05:30 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | טו פיס דאסטערס האט שוין התאחדות געאסרט |
|
סתם א זייטיגע שאלה, זיי נישט ברוגז:
ווער ער איז דער מורה הוראה לעניני "טו פיעס'עס" פון התאחדות?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 04:48 |
|
| |
אהא התאחדות מעג שרייבן נבלות, רבינו הקדוש זי"ע האט געמעגט ארויפציען די נשים זאקין אויפן האנט און רעדן דערפון ביי כל נדרי אבער זיין ממלא מקום רעדט נבלות ווייל ער הייסט זיין צניעותדיג, כהער.
און בדרך אגב האסטו דערווייל גענטפערט שלא מן הענין, זיי מודה וועט מען אין ראדני יעצט אוועקמאכן צניעות ביי די קופקעס און זאגן דער רבי האט נישט געהאלטן צופיל צו טוהן אזוי ווי מהאט געזאגט ביי שחיטה אן קיין בושה אז דער רבי ז"ל האט גאר נישט געוואלט האבן קיין שחיטה, יא אדער ניין
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 03:44 |
|
| |
נבלות דרשות זאגט ער טאקע, אבער וועגן טו פיס דאסטערס האט שוין התאחדות געאסרט פאר ר' אהרן האט געחלומט דערפון
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 03:32 |
|
| |
דו לאכסט אבער די קעלבער שאקלען מיטן קאפ און וועלן נאך פרובירן צו מאכן מעשיות אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן... מע מע מע.. ער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן צו מעיין זיין אין די ענינים און אז סאיז נבלות די דרשות פון סאטמאר רבין וכו' וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 03:22 |
|
| |
זיכער דווקא מער פריצות'דיג
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 00:28 |
|
| |
טו פיס איז נישט די עיקר פראבלעם, מען האט נישט געקענט טרעפן קיין צנועת'דיגע דאסטער אין די געשעפטן ווי פייוו בארא האט שוין געשריבן, מיר איז נאר אינטערסאנט אויב די זאלונים וועלן זיך צושטעלן אדער דוקא יעצט גיין פריצות'דיג אזווי ביי די אנדערע הידורים פין סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2012 23:22 |
|
| |
חבל על הזמן
אויב קען מען נישט איין באקן איידלקייט אין די 12 יאר וואס מ'האדעוועט די נשים אינעם הייליגן סיסטעם
דאן קענט איר אפיציעל גיין בארן קלאפן....
לויט ווי איך פארשטיי, איז דעם רבי'נס פראבלעם אז מ'קען אין קיין היימיש געשעפט נישט קויפן איידעלע באשיידענע בגדים.
2 פיעס.......איז פערדעריי.....
שיין אין באקוועם איז נישט קיין אפהאלט צו זיך האלטן בצניעות
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2012 22:54 |
|
| |
פעילין, קיינער האט דערווייל נישט גע'סאר'ט טו פיעס'עס (אויסער איצא גליק).
אבער אז דו רעדסט שוין, טו פיעס'עס זענען זייער עלול צו זיין הלכה'דיג אומ-אויסגעהאלטן.
|
|
|
|
|