בית פורומים אידישע געדאנק

הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2012 23:07 לינק ישיר 
הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?

אהרוינים טייערע וואס דארף די הכשר באדייטן?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2012 20:22 לינק ישיר 

אןיב רעדן פון צניעות און ענינים בדברי קדושה וטהרתן של ישראל הייסט יעצט פאר דיין פאליטיק מנוולות,
לאזשע מיך דיך פרעגן א טיפע / אדער א נארישע שאלה:

פארוואס די שובבי"ם תורות פון רביה"ק זי"ע איז נישט מנוולות (רח"ל מהאי דעתא), ווי די קלויזנבורגער בשעתם האבן געזאגט.

דער תירוץ איז, אז פאליטיק קומט פאר די תורה הקדושה.

נפל, ווילסט עס מיר נישט מודה זיין ווייל ליבא לפומא לא גליא. טיף טיף אין דיינע קושקעס ווייסטו עס זעהר גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2012 12:50 לינק ישיר 

רבותי! ס'איז מיר גאנץ ווייניג אינטרעסאנט צו פארענטפערן רבי אהרן, וואס אונז (די עדה החרדית אידן) האבן קעגן רבי אהרן גייען מיר נישט ארויף ברענגען דא, ס'איז דא אינטרעסאנטערע און בעסערע פלעצער ווי צו לייזן סכסוכים ווי דא אויף די שמוציגע היידפארק, איין זאך ואס איך האב געוואלט בעטן סיי פון די אהרוינים און סיי פון די זאלוינים, נישט ווייל די זאלוינים האלטן פון רבי דוד שמידל און פון שומרי החומות איז וואס זיי טהוען טויג נישט, ווייל בדרך כלל טהוען זיי געוואלדיגע זאכן, ריכטיג פון מאל צומאל מאכט זיך פארשידענע טענות אויף אתרא קדישא, אבער דאס זאגט נישט אז מען דארף חלילה פירן מלחמה מיט אים.
און אויך די זאלוינים, אנשטאט מ'זאל זיך פרייען אז מען פראבירט צו פאריכטן די נושא פון צניעות, נישט קיין חילוק וואס די כוונה איז דארף מען זיך פרייען, קומט איר און איר מאכט דאס אוועק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2012 05:45 לינק ישיר 

אויב מעג ער רעדן אזוי טא פארוואס איז נחש ראזענבערג'ס שפראך ניבול? זיי רעדן ביידע די זעלבע!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2012 05:36 לינק ישיר 

דו ביזט זיך סותר מיניה וביה, אדער זאגסטו אז ער טהוט די זאכן ווייל ער זוכט פובליסיטי, און דא שרייבסטו אז ער רעדט זאכן וואס נעמט אוועק זיין פובליסיטי. און לאמיר טאקע טראכטן פאר איין סעקונדע ווי קומט דאס צו א רבין זאל רעדן זאכן ואס לדעתך טויג דאס נישט איז ער דען א נאר? נאר וואס דער מציאות הצניעות אין אמעריקע האט צוגעברענגט אז מען מוז רעדן פון דעם, אמת ס'פאסט נישט פאר א רבי'ן צו רעדן דערוועגן, אבער במקום שאין איש השתדל להיות איש.
זאלסט נישט מיינען אז איך בין אן אהרוני, איך בין ווייט ווייט פן זיי כרחוק מזרח ממערב, קענסט נאכקוקן אלטע תגובות מיינע און זעהן, אבער נישט יעדע זאך וואס ער טהוט טויג נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2012 02:13 לינק ישיר 

מ'זעט טאקע ווי שטארק ער איז מרבה צניעות

ווען ער רעדט ווי פאלנער מנובל, מיט א לשון גסה וועלכע עס פאסט פאר א געשולטער מנובל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2012 18:46 לינק ישיר 

יענקי היקר:

לאמיר זאגן אז ר' אהרן מיינט נאר פובליסיטי און געלט
ער איז דאך למעשה מרבה צניעות, און איז מתקן דברים העומדים ברומו של עולם.

לאמיר זאגן אז ביי חתונה תקנות מיינט ר' אהרן פובליסטיטי און געלט,
שפארט ער דאך איין מיליאנען דאלאר אידיש געלט פאר רבבות מישראל.

לאמיר זאגן אז ביי תיקונים פון די בשר עוף און גסות מיינט ר' אהרן פובליסטי און געלט,
האט ער למעשה איינגעפירט אז רבבות אנשים מישראל זאלן קענען באקומען א שטיקל כשר פלייש מיט אלע חמורות והידורים שיש בעולם, אזאך וואס איז ביז היינט נישט געווען.


דער ריינער תירוץ איז, אז פאליטיק קומט פאר די תורה הקדושה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2012 15:56 לינק ישיר 

איך מיין אז צו גיין זוכן פובליסיטי איז דא אסאך גריגערע זאכן ווי גיין איבערמאכן די פרויען, ס'איז באקאנט אז אין די ענינים פון צניעות נשים איז איינע פון די שווערסטע זאכן בפרט אין אמעריקע. איז איך בעט דיר א טובה.
אה.. נאך עפעס! זאל דאס זיין פובליסיטי וואספאר חילוק, ס'איז א גוטע זאך? מ'דארף דאס טהון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2012 14:25 לינק ישיר 

קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט קיין "ועד הכשרות" אויף קליידער


די פוינט איז נאר, אז יעדער האלט, אז ר' אהרן מיינט עס נישט ערענסט, אלעס איז א פלעי און א שפיל ביים עם פאר פובליסיטי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2012 10:54 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט, איר זענט שוין פונקט ווי זיי, ב"ה אבי עס האט זיך שוין אויפגעשטעלט א רבי און מחליט געווען אז ס'מוז נעמען אן עק צו דעם מצב הצניעות אין אמעריקע, ס'איז דאך שוין ממש גפערליך, ב"ה מען וויל דאס פארעכטן איז דאס שוין אויך נישט גוט?, ס'איז שוין באלד אזויווי די אהרוינים וויבאלד די זאליס זענען מיט אתרא קדישא, איז ביי זיי אתרא קדישא טריפה זאל זיין וואס ס'זאל נאר נישט זיין, די זעלבע איז אויך מיט שומרי החומות. אנשטאט מ'זאל זיך פרייען אז מ'האט אויף געשטעלט א וועד הכשרות אויף די קליידער און זיך אפילו צושטעלן צו דעם, מאכט מען דאס אוועק. ב"ה ס'האט מצליח געווען און דער אויבערשטער וועט נאך געבן אסאך סייעתא דשמיא אויף דעם, און איר די זאליס זאלט זיך צושטעלן צו דעם ס'זאל נישט צוקומען צו "בעל כרחו יענה אמן" נאר ס'זאל זיין לכתחילה שבלכתחילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/4/2012 19:51 לינק ישיר 

איך ווייס נאר 2 דרוינסדיגע. פאפ'ער דיין און באבוב'ער דיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2012 06:54 לינק ישיר 

ווער זענען די דריי "דרויסענדיגע" רבנים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2012 04:06 לינק ישיר 

הטוב_שמך כתב:
אינטרעסאנט,

אין "דער איד" די וואך איז דא א פול-פעידזש אדווערטייזמענט פאר די דאסטערס-הכשר "ראוז טעג".

וואס איז פשט? בעל כרחך יענה אמן?
פאר די סיבה האט ר"א איבערגעגעבן די ועד הרבנים פאר 3 דרויסענדיגע רבנים. אז קיינער זאל נישט האבן קיין פראבלעם צו אריינלייגן עדס אין קעגנערישע צייטונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2012 00:45 לינק ישיר 

איך הער אז כ"ק אדמו"ר מקאשוי, ר' אליעזר חיים בלום האט ביי זיין שבת הגדול דרשה ארומגערעדט איבער דעם חיוב צו קויפן די נייע כשר'ע מלבושים.

קען עס איינער מברר זיין ביטע.

תודה למפרע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 16:44 לינק ישיר 

ר' נפל טייערער,

איך פארדריי נישט דעם שמועס, עס איז אלעס דברים פשוטים, אז מ'מיינט אמת'דיג קוקט מען אויף די תורה הקדושה און אידשיקייט נישט אויף פאליטיק.

דער זעלבער רבי האט גע'אסורט די בני  יואל... דאס איז עפעס געווארן מותר.
מאך דיך נישט טאמעוואטע אריזאנע ווייץ און מצות מהודרים עדס לאזט נישט דער איד נישט אריין. נאר די דברי פי חכם חן פון הצדיק הקדוש מ'דאראג און הגאון האדיר ר' מעכל אינדיג שליט"א (מלפנים קעכער בKJ).

אויף דיין פראגע וויאזוי די הכשר ארבעט,

איך דענק אז עס איז געפערליך קאמפליצירט און טריקי, בערך ווי די בודזשעט אין קאנגרעס. ממילא הייב איך נישט אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 02:14 לינק ישיר 

לאנצוט, האסט געוואלט שטארק פארדרייען די שמועס און האסט מצליח געווען. ווען די אהרוינים מיינען די תורה וואלטן זיי עדווערטייזד אין דער איד אריזאנע מצות, פסולע קידושין, וכו' וכו'. די זאליס קענען אין דער בלאט נישט עדווערטייזן צוליבן איסור פון זייער רבי דער ברך משה. יעצט קען מען אפשר צוריקגיין צו מיין שאלה אויף וואס איך האב געפענט דעם אשכול? ווי אזוי ארבעט די הכשר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext