ומלאך רע בעל כורחו יענה אמן
אשרינו שזכינו:
די וואך איז א היסטארישע געשעניש געווען אז דער מלאך רע האט בעל כורחו מודה געווען אז כ"ק מרן רבינו שליט"א טוט אויף פאר דעם דור
סיי דער ביליגער צייטונג "דער איד" האט אריין געלייגט א עד פון די רויז טעק" צום ערשטען מאל
און אין קינדער פורום האט הטוב שמך געשריבן די ווערטער
מורי ורבותי, ווי די וואס ווייסן קענען מיך, בין איך ווייט פון זיין א חסיד פון ר' אהרן, אבער עס איז נישט מענטשליך צו נעמען יעדע זאך וואס ער טוט אויף (אדער וויל אויפטון) און אוועקמאכן. אומדירעקט האט איר אלע הנאה פון די חתונה תקנות, אמת? אלע חתונה מאלס, און פילע זאלן, שטעלן זיך צו א דאנק די תקנות, איז פארוואס סתם שימפן? איר קענט זאגן ער טוט עס להגדיל שמו, לכבוד עצמו הוא דורש, בלא בלא, אבער ביטע, רעדט צו דער זאך!!
לענינינו - איך בין שטארק אינוואלווד אין דעם ענין (איך ארבעט ערגעץ אין די דאסטערס אינדוסטרי) און איך קען אייך אזויפיל זאגן - ס'איז נישט קיין שטותים! עס איז געווען א מאנגל אויפן מארקעט אין אמת'דיגע כשר'ע סחורה, יא, אפילו פאר די דאזיגע וועלכע האבן באמת געוואלט גיין צניעות'דיג (ס'איז געווען עפעס, אבער גאר א שטארקער מאנגל). עכ"פ סוחרים (פאבריקאנטן און און סטאר פארקויפער) האבן אויף אלעם געזאגט "דאס איז גוט","יענץ איז אויך גוט". א.א.וו. תירוצים שונים.
דאס איז געענדיגט. עס איז אצינד פאראן א וועד פון חשוב'ע פרויען, וועלכע קומען אראפ צו די פאבריקאנטן (אדער שיקט מען זיי א סעמפל), און יעדעס דאסטער וואס וויל א הכשר, מוז נאכקומען געוויסע סטאנדארטן, ווי צב"ש נישט קיין קלעבעדיגע סחורה, די פיט דארף זיין צניעות'דיג פאר א עוורידזש פרוי, און די סטיל דארף זיין איידל, וכדו'. בקיצור בס'איז נישט נוגע גענוי פאר מענער, ס'געהערט פאר די פרויען. און פליז לערנט אייך אויס, גיוו קרעדיט ווען קרעדיט איז דאא! אויב וועט איין איד האבן איין נסיון ווייניגער, האט זיך אלעס געלוינט! (און יא, ר' אהרן וועט באקומען שכר דערויף)
הערט אויף מיט די נארישע מחלוקת און קינדערישע קליינע מוחות. קיינער פארדינט נישט דערפון, נאר דער שטן. ביג טיים!!
כל דבר שהוא לשם שמים סופו מתקיימת
 |
|
|