צווייטע געביידע פון בנין ״אשת
חיל״ וועט אי״ה צושטעלן נאך
60 פריוואטע שטיבער
עס לאזט זיך שווער גלייבן אז
קוים האט מען זיך צוגעוואוינט צום
פרעכטיגן "אשת חיל-אהל חנה רחל"
געביידע אויף חברון ראוד, און שוין
גרייט מען זיך צו בויען א פרישע "אשת
חיל" געביידע, צו קענען אקאמאדירן
דאפלט אזויפיל פרויען ווי ביז היינט.
ביים אונטערנעמען די בוי-ארבעט
אויפ'ן ערשטן אשת חיל געביידע, האט
מען זיך זיכער נישט גערישט אויף אזא
גרויסן פארלאנג, און ס'איז נישט געווען
ערווארטעט אז דער בילדינג וועט
איבערגעפילט ווערן עד אפס מקום.
אבער שטייענדיג יעצט בלויז 3 א
האלב יאר נאכדעם וואס דער געביידע
איז אריין אין דינסט, שטעלט זיך ארויס
אז מ'האט ווייט אונטערגעשאצט דעם
געברויך און דעם פארלאנג, נאכדעם
וואס מ'זעהט אז דער "אשת חיל" ווערט
אויסגענוצט נישט בלויז דורך תושבי
קרית יואל, נאר דורך היימישע פרויען
פון אלע עקן פון ניו יארק והגלילות,
נאכדעם וואס איר גוטער נאמען איז
ארויסגעגאנגען איבעראל.
דערפאר האט די הנהלת "אשת חיל"
באשלאסן זיך גלייך צו נעמען צו די בוי-
ארבעט פון א צווייטן בנין פאר'ן אשת
חיל, וואס וועט באהאפטן ווערן צום
עקזיסטירנדן געביידע מיט א בריק.
דער נייער געביידע וועט אנטהאלטן
60 נייע פריוואטע שטיבער, אין צוגאב
צו די 60 בעטן אינעם עקזיסטרינדן
געביידע וואס זענען געווען מערסטנס 2
בעטן אין א שטוב.
דער געפלאנטער אשת חיל בנין
וועט באשטיין פון 5 שטאקן. אויף צוויי
שטאקן וועלן זיך געפינען די 60 נייע
שלאף שטיבער, און אויף די איבריגע
שטאקן וועט זיין א לאנטש רום, א
לאבי, באזונדערע "פידינג רומס", און
נאך פארשידענע סערוויסעס וואס וועלן
אויסגעארבעט ווערן אין די קומענדיגע
חדשים.
דער נייער געביידע וועט באשטיין
פון נאך ארום 50,000 סקווער פיס,
וואס דאס איז אין צוגאב צו די בערך
50,000 סקווער פיס פון די ערשטע
געביידע, און מיט דעם וועט האפנטליך
געלינדערט ווערן דער ענגשאפט וואס
הערשט יעצט אין אשת חיל, ווען אסאך
מאל דארף מען אפזאגן די געסט צוליב
מאנגל אין פלאץ.
די הנהלה פון אשת חיל שפרינגט
אריין אין אזא גרויסן פראיעקט, טראץ
דעם וואס דאס וועט אריינציען אין גאר
א קאסטבארן פארנעם. אנדערש ווי
ביים ערשטן געביידע ווען מ'האט נאך
געקענט באקומען גרויסע גרענטס פון
די רעגירונג וואס האט ארויסגעהאלפן
דערצו, איז אצינד זייער שווער די
עקאנאמיע און די רעגירונג ציעט איין
דעם פאסיג פון אלע זייטן און ס'איז
שווער צו זאגן אויב מ'וועט קענען
באקומען הילף פון די רעגירונג.
אבער די הנהלה ווערט נישט
אנטמוטיגט דערפון. עד הנה עזרונו
רחמיך, קרית יואל האט זיך שטענדיג
געבויעט אויף ניסים, מ'האט זיך קיינמאל
נישט מייאש געווען און אפגעשטעלט
פון בויען צוליב א מאנגל אין געלט,
ואל יטשנו לנצח, דער באשעפער וועט
ווייטער נישט פארלאזן די הייליגע
שטאט און העלפן אז מ'זאל קענען
דערגרייכן דעם ציל פון פארברייטערן
די שטאט.