בית פורומים כל העולם כולו

סאטמאר קאורט נייעס - ביה"ח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/3/2012 19:37 לינק ישיר 
סאטמאר קאורט נייעס - ביה"ח

היינט איז געווען א הירינג און אפעלאט קארט, איבער דער דיד טרענספער פון די ביה"ח,

די זאלוניס טענה'ן אז דער CYL CEMETARY דיד זאל מען מבטל זיין,

די ארונים טענה'ן אז ס'איז נאנדשוסטישבל, און מ'זאל גיין צו דין תורה

איז א אראנדש קאונטי דשאדש געקומען מיט א פיקחות, אז היות די קהלה איז געבויט אויף שטאטוטן און אין די שטאטוטן שטייט מפורש אז יעדער סיכסוך מיז גיין צו דין תורה, איז אטמאטיש כאילו די צדדים האבן אויף זיך מחייב געווען דין תורה/ארביטרעישן, ממילא מוזן די צדדים - פון א לעגאלן שטאנדפונקט - זיך האלטן דערצו, אפגעזעהן צו ס'איז יא דשוסטישבל צו נישט,

אט דער פסק אפעלירן די זאליס

איך האלט אז דאס איז א גאניאלען בייפאל פון א דשאדש, וואס קיין איין שופט אנגעהויבן פון באראש געענדיגט ביי אלבעני איז בייגעפאלן, איך האלט אז די אפעלאט ריכטער וועלן אפרישיעטן אזא רעמעדיע, און עס נאך מער מחזק זיין

כנלפע"ד

סקאטמאלען, עסקווייער



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2012 19:17 לינק ישיר 

הגה''צ ר' יעקב בער האט היינט געלאזט וויסן בשם הרב מענצער די פרייליכע נייעס אז מען ערווארט גאר א גיטע פסק בנוגע דעם בית החיים קעיס אין די קומענדיגע וואכען, איך וואלט געראטען די ארונים זאלען שנעל אראפנעמען די וואנט ווייל עס איז א פארגאנגענהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2012 03:53 לינק ישיר 

עס איז איז גראדע געווען א קליינע איבערקערעניש. די אפגעריסענע קווינס בחורים האבען אנגעצינדען אפאר פייערס אינעם טענט לעבן ציון און געמאכט קולות. און דאס איז אלעס געווען בשעת דער פארטיי פירער זייערע איז געווען ביים ציון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 21:32 לינק ישיר 

שארמאשער כתב:
לויט ווי די לויער זאגט דארף מען זיין זייער געווארענט פין די איבערקערענישען היינט ביים יארצייט, צילוב דעם וואס די ארונים ווייסן אז דאס איז דער לעצטער יארצייט וואס דער בית החיים איז אינטער זייער בעלות ווי זיי אליין ווייסן שוין אויך שטילערהייט
‎​
 
דו האסט גערעדט צום לויער, צו מענצער, און צו וועם נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 20:36 לינק ישיר 

יו די ליכטיגער שארמאשער, די מאכסט א וואנדערבארער ארבייט, קיפ איט אפ! די לעבסט אויף די זאליס מיט דיין מעכטיגען חיש אף הומער! קיפ איט אפ! קיפ איט אפ! קיפ איט אפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 19:52 לינק ישיר 

לויט ווי די לויער זאגט דארף מען זיין זייער געווארענט פין די איבערקערענישען היינט ביים יארצייט, צילוב דעם וואס די ארונים ווייסן אז דאס איז דער לעצטער יארצייט וואס דער בית החיים איז אינטער זייער בעלות ווי זיי אליין ווייסן שוין אויך שטילערהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2012 19:52 לינק ישיר 

איך בין מסכים מיט אלעם וואס דו שרייבסט, די זאליס וועלן
טוהן אלעס נאר נישט צו גיין צו דין תורה, אבער וואס דו שרייבסט
אז COMPELLED מיינט שיין בעטן איז נישט ריכטיג, COMPELLED
מיינט געצווינגען!!!
    

com·pel

 kəmˈpɛl/ Show Spelled [kuhm-pel] Show IPA verb, -pelled, -pel·ling.
verb (used with object)
1.
to force or drive, especially to a course of action: His disregard of the rules compels us to dismiss him.
2.
to secure or bring about by force.
3.
to force to submit; subdue.
4.
to overpower.
5.
Archaic . to drive together; unite by force; herd.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2012 19:23 לינק ישיר 

דער גאנצער דיון איז איבריג, ווייל אפילו לו יהא אז דער ריכטער קען צווינגען די צדדים צו גיין צו דין תורה - וואס איז בכלל נישט זיכער, compell מיינט נישט קיין סאך מער ווי בעטן מיט שיינעם, און אין באבוב האט עס נאר געארבעט סיי ווייל ער האט געסטראשעט דעם וואס וועט שטערן א דין תורה, עפעס וואס קיין צד זוכט זיך נישט, ווי אויך די מעשה וואס ער האט געהאט דערציילט מיט מהר"ש מבאבוב, וואס האט גוט פארשעמט די צדדים.

דא ביי אונז זענען די ביידע זאכן נישט שייך. די זאליס וועלן זיך נישט שעמען אפילו מיט קיין סיפורים פון משה רבינו, זיכער נישט מיט קיין מעשיות פון רבי'ן זי"ע, ווידער סטראשען איז שוין נישטא מיט וואס. מ'האלט שוין יעצט נאך אלעם, און קיין שום ריכטער האט נישט קיין שטעקן מיט וואס צו "קאמפעלן" די זאליס צו גיין צו דין תורה.

לענינינו, די זאליס זאגן נישט אז זיי זענען נישט גרייט צו גיין צו דין תורה, זיי ווילן נאר נישט גיין צו קיין 'עכטע' דין תורה. זיי וועלן זאגן דעם געריכט אז פאר זיי איז פונקט גוט ריח"מ פר"מ און רש"ל מיט רז"ל וכו'. פאר א נויט וועלן זיי אויך צואווארפן ר' שמעון מאיר לאנדא מיט ר' יצחק מאנדל, און דער עמלק קוגל איז פארטיג. יוצא געווען די שטאטוטן.

קיין שום ריכטער קען נישט, און וועט נישט, זיך טרויען צו זאגן אז די זאליס מוזן דוקא גיין צו א ערליכן בית דין וואס וועט פסקנ'ען על פי תורה. וזהו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2012 00:01 לינק ישיר 

ריכטער אמבראזיא האט דאס זייער גיט ארויס געברענגט, ער האט אויפמערקזאם געמאכט
אז די צדדים האבן קאמפליטלי געטוישט זייער טענות, לכתחילה האבן די אהרונים גטענה'ט 
אז דער קארט האט א רעכט זיך צו מישן ווער עס איז דער לעגאלער פרעזידענט פון א קארפארעישאן
וואס הייסט קאנגץ יטב לב אינקארפארעיטד, די זאליס האבן געטענה'ט אז דאס איז א רעלידזשעס 
קארפארעישאן, וואס דער בעל הבית דערפון איז דער רבי, במילא קען זיך דער קארט נישט מישן, 
באראש האט גפסקעט, אז יא, דאס איז א רעלידזשעס קארפארעישאן, און אז דער רבי איז בעל הבית
און נאר דער רבי קען מחליט זיין, (אדער א בית דין המרוצה לשני הצדדים,) דער קארט קען זיך נישט
מישן, ווידער ביי די אנדערע קעיסעס ווי ביי ריכטער אמבראזיא, דעמערעסט, אוענס, סלאבא, וכו'
האט זיך די טענות אינגאנצן איבער געדרייט, די אהרונים האבן געטענה'ט אז דאס איז רעלידזעס און אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט זיך צו מישן, און די זאליס שרייען געוואלד אז נאר דער שווארצער כאלאטל זאל
פסקענען. ריכטער אמבראזיא אין זיין פסק ברענגט דאס קלאר ארויס,

און פאר דעם נארישן זאלי, בין איך בכלל נישט אינטרעסירט צו ענטפערן, ווייל ריכטערין דעמעראסט
שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ וויל גיין צו דין תורה און ער האט שוין אינטער געשריבן
שטרי בירורין, און צו צווינגט מענדל שוויממער זיך תיכף צושטעלן צו דין תורה, שרייבט דער שוטה אז
די ריכטערן האט גאר געצווינגען ר' אהרן וועלץ צו גיין צו דין תורה און דעריבער איז מען ביי דין תורה. 
דאס אז ר' אהרן וועלץ האט פארלאנגט דין תורה כל הזמן, און מענדל שוויממער האט נישט מסכים
געווען. איז בכלל נישט מאסגעבענד.  

און פאר סקאט, עס איז אמת אז ס'איז אנגענומען צו צווינגען צו גיין צו דין תורה, און ריכטער אלפיערי  
האט צו געברענגט מערערע קעיסעס ווי דער קארט האט דאס פארלאנגט, באט אלעס איז נאר ווי
ערוועינט בתורת התחייבות פון בעפאר, נישט בתורת צווינגען צו דין תורה, ווי למשל,
ווען אני הקטן ר' יענקעלע שרייבט אינטער א התחייבות צו געבן יערליך 100 פאר אבני חסד,
און מחמת איזה סיבה שהוא וויל איך נישט איינהאלטן מיין התחייבות, איז דער קארט
בארעכטיגט זיך אריין מישן אין דעם סכסוך טראץ וואס אבני חסד איז א רעליגיעזע ארגאניזאציע,
ווייל דער דין ודברים איז דער התחייבות און נישט די רעליגיעזע ארגאניזאציע, אין באבעוו וכדומה
איז דאס הייסן גיין צו דין תורה געווען אף די רעקארד, נישט בתורת פסק פון קארט, ער האט
נאר געזאגט אלץ עצה טובה, און אויב איין צד וואלט זיך געקשנט וואלט ער דאס נישט געקענט ארויף צווינגען,  

די קעמפס איז א אנדערער אישו, מען האט פשוט אפגענארט דעם ריכטער ווען מען האט עם פארקויפט
באבקעס אז ביידע קארפארעישאנס זענען איינס און דאס זעלבע, און ער האט באשטעטיגט פארן
אטורני דזשענעראל צו טרענספערן דעם דיד פון קאנג. יטב לב צו דעם נייעם מחנה רב טוב קארפ.
און ווען ער איז געוואויר געווארן פונעם שווינדל איז ער בייז געווארן און צוריק געשטעלט דעם דיד אויפן
ארגינעלן נאמען, דער דיד אישו פונעם בית החיים איז אינגאנצן נישט דומה צום קעמפ דיד'ס.



 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 22:50 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ר/יענקעלע א שיינע פורים תורה.. קודם כל אין בארא פארק האבען די ארונים ביטער פארלארען די טענה אז סאיז רילידזעשעס, אין קארט קען זיך נישט אריין מישען די אפאלאט קארט האט קלאר געזאגט אז קארט קען זיך יא מישען וואס דעס האט געצוינגען אהרן וועלץ צי קימען צי דין תורה
#2 טא אויב אזוי פארוואס איז די טרענספער פין די בית החיים געווען גיט אין די טרענספער פין די קעמפס נישט געווען גיט פארוואס האט זיך די קארט יא אריין געמישט ביי די קעמפס אין נישט געשיקט צי דין תורה?

ווידער טענו לו בחטין והודו לו בזכר קדשו
1) אין בארא פארק איז עס געווען "UTA" נישט קהל יטב לב.
איך אגרי מיט דיר איך האב נאר געוואלט קלאר שטעלען אז דעס וואס יענקעלע האט געשריבען וועגען בארא פארק איז נישט אמת
2) צווייטנס, האבן דאך די זאלונים געשריגן אין קאורט אז "דין תורה וועט אונז נישט איינטיילן".
ווייז מיר אויף איין פלאץ ווי די זאליס האבען דעס געשריגען אין בארא פארק
אין ביטע פיל דיר אן דיין מויל מיט וואסער ווען די רעדסט פין די בארא פארק דין תורה אין ווער די מסרבים לדין זענען די זאליס האבען אריין געברענקט איבער 600 חתמות אז זיי ווארפען זיך אינטער בית דין שטרי ברירין אין מען ווארט יעצט אז די ארונים זאלען ברענגען זייערע שוין מער ווי א יאר אבער די שריי ווייטער מסרבים לדין סאיז נישט דא ווער סזאל לאכען
3) האבן די זאליס שטענדיג געשריגן "סמכות עליונה", און תהלוכי הקהלה" און צום סוף איז עס אנגעקומען צו מענטשן וועלכע האבן נישט קיין סמכות עליונה און נישט קיין תהלוכי הקהלה.

אויב דו האסט נישט ערנסט צי ענטפערן ביזטו פטור.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:58 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
ר/יענקעלע א שיינע פורים תורה.. קודם כל אין בארא פארק האבען די ארונים ביטער פארלארען די טענה אז סאיז רילידזעשעס, אין קארט קען זיך נישט אריין מישען די אפאלאט קארט האט קלאר געזאגט אז קארט קען זיך יא מישען וואס דעס האט געצוינגען אהרן וועלץ צי קימען צי דין תורה
#2 טא אויב אזוי פארוואס איז די טרענספער פין די בית החיים געווען גיט אין די טרענספער פין די קעמפס נישט געווען גיט פארוואס האט זיך די קארט יא אריין געמישט ביי די קעמפס אין נישט געשיקט צי דין תורה?


ווידער טענו לו בחטין והודו לו בזכר קדשו
1) אין בארא פארק איז עס געווען "UTA" נישט קהל יטב לב.
2) צווייטנס, האבן דאך די זאלונים געשריגן אין קאורט אז "דין תורה וועט אונז נישט איינטיילן".
3) האבן די זאליס שטענדיג געשריגן "סמכות עליונה", און תהלוכי הקהלה" און צום סוף איז עס אנגעקומען צו מענטשן וועלכע האבן נישט קיין סמכות עליונה און נישט קיין תהלוכי הקהלה.

אויב דו האסט נישט ערנסט צי ענטפערן ביזטו פטור.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:53 לינק ישיר 

אייעםסמארט, דו מישט צאם 2 באזונדערע ענינים וואס זענען לגמרי נישט תלוי הא בהא, "דין תורה", און "זיך מישן",

ביי די קעמפס האט מען נישט געשיקט צו דין תורה: ווייל קיין איינע פון די צדדים האבן עס נישט פארלאנגט, ממילא האט עס נישט געקענט און באטראכט גענומען ווערן, האט דער דשאדש געמוזט אדער מבטל זיין דעם דיד אדער באשטעטיגן,

ביי די ביה"ח, זענען די ארונים געווען די נתבעים, און זיי האבן פארלאנגט דין תורה, ממילא האט דער דשאדש געהאט א רעכט עס צו אנעמען, און שיקן צו דין תורה מיינט נישט "געמישט" אדרבא דאס איז נאך ווייניגער געמישט ווי ער זאל ווען מפורש מבטל זיין דעם דיעד, ווייל ער טוט "גארנישט" נישט מבטל און נישט מקיים, ער זאגט זאל בית דין דאס מחליט זיין, און לאזטס מיך ארויס פון דעם גאנצן עסק,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:27 לינק ישיר 

ר/יענקעלע א שיינע פורים תורה.. קודם כל אין בארא פארק האבען די ארונים ביטער פארלארען די טענה אז סאיז רילידזעשעס, אין קארט קען זיך נישט אריין מישען די אפאלאט קארט האט קלאר געזאגט אז קארט קען זיך יא מישען וואס דעס האט געצוינגען אהרן וועלץ צי קימען צי דין תורה
#2 טא אויב אזוי פארוואס איז די טרענספער פין די בית החיים געווען גיט אין די טרענספער פין די קעמפס נישט געווען גיט פארוואס האט זיך די קארט יא אריין געמישט ביי די קעמפס אין נישט געשיקט צי דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:09 לינק ישיר 

2 זאכן, יאנקעלע

1. דער רעיון פון באצווינגען א צד צו קיין צו די דין תורה (compel to arbitrate) איז זייער א אנגענומענע זאך אין א נ"י קארטס, אזוי האט פאסירט אין סאטמאר ב"פ, און באבוב, און ביי פריוואטע אידישע קעיסעס, קארטס זענען זייער נוטה צו דער סארט רעמעדיע

2. דער אלפירי פסק רירט נישט צו דער עצם בעלות כמלא נימא, ער פסקנ'ט נאר איבער א רעמעדיע וויזוי צו איינמאל פאראלעמאל שליכטן די סיכסוך, במחילת כבודך, ראזענוואסערס פסק איז געווען א לצנות, ער האט געזאגט "היות מ'מישט זיך נישט וועגן דעם זענען די ארונים בעה"ב" דאס הייסט חוזק געמאכט, איך פארשטיי די לאקשן תורה אז "מ'גייט צוריק צום אלטן", די קארטס וויל קיינעם דערקלערן אלס בעלי בתים פינטל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 20:58 לינק ישיר 

יענקעלע. דיין זכרון ארבעט נישט צו גוט.

צד מהרז"ל האט גע'טענה'ט ביי די באראש קעיס, אז די קאורט מוז אננעמען וואס "דער רבי" האט געהייסן, און באשטעטיגן אז ר' יעקב כהנא איז דער ראש הקהל. און די קאורט קען נישט גיין קעגן רבי'ן.

דער ריכטער האט נישט געפאלגט קיינעם פון די צדדים, נישט די ארונים צו באשטעטיגן ר' בערל פריעדמאן, און נישט די זאלונים, צו באשטעטיגן ר' יעקב כהנא.

גלייך נאכן פסק האט מען אין ראדני געזונגען "חסדי ה'" אבער די קלוגערע פון זיי האבן געזונגען איכה שטילערהייט, ווייל זיי האבן געכאפט אז דאס איז א גרויסע רעה, און א דאנק דעם קענען די זאלונים נישט אריינגיין אינעם בית המדרש החדש אום שבועות און ביי די נעילת החג טיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 20:55 לינק ישיר 

וואס האט מען פין זאגען עתידות?
דער וואס רעדט ווייסט נישט אין דער וואס ווייסט רעדט נישט....



תוקן על ידי היראים ב- 26/03/2012 20:47:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמאר קאורט נייעס - ביה"ח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext