פאריגע וואך איז דער קדוש מרחם אמו ר' מענדעלע געווען אין די גרינע תלמוד תורה וואו ער איז ארום געגאנגען אין אלע כיתות פארהערן די קינדער, אבער אזוי ווי זיין חשובן טאטן דער דזשיגאן רבי, מוז מען דאך מאכן העדליינס, האט ער געפרעגט אלע קינדער אין די קלאסן וואו ער איז אריין אז ווער די טאטע האט א קאמפיוטער אינדערהיים זאל אויפהייבן די האנט
אנפאנג איז עס פיין געפארן, יעדע קלאס האבן אפאר קינדער אויפגעהויבן די האנט, און די רבי פון חדר האט אפגעשריבן די נעמען אז מ'זאל קענען ווארענען די טאטעס, ביז דער קדוש'ל איז אריין אין די קלאס וואו זיין זוהן לערנט, און געפרעגט ווער עס האט א קאמפיוטער אינדערהיים, נישט מער און נישט ווייניגער זיין זונדעלע האט אויפגעהויבן די האנט!!!...
מען דארף נישט ענדיגן וואסערע בזיונות עס איז געווען
עס איז איבריג צו זאגן אז קיין איין קינד וואס האט אויפגעהויבן די האנט דורכאויס דעם באזוך איז נישט געפלויגן און קיין איין טאטע האט נישט באקומען קיין טעלעפאן רוף, היות מענדעלע האט נישט געוואלט עס זאל ווערן א שטורעם