בית פורומים כל העולם כולו

די פסחדיגע "דער שטערן"! וויליאמסבורגער אידן האבען ב"ה וואס צו ליינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2012 19:45 לינק ישיר 
די פסחדיגע "דער שטערן"! וויליאמסבורגער אידן האבען ב"ה וואס צו ליינען




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2012 06:12 לינק ישיר 


דער שטערן איז פרייטאג  אינדערפרי אויסגעגאנגען אין פילע וויליאמסבורגער גראסעריס.
מען האט עס בו ביום שנעל איבערגעדרוקט, און  מארגען זונטאג אינדערפרי גייט מען פריש אנפילן די גראסעריס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2012 20:25 לינק ישיר 
באקומען אין אימעיל פון [email protected]

ב"ה

וויליאמסבורג איז נישט קיין שטח הפקר!

 

צו די טייערע אידן ביי וועמען דער כבוד הרבנים איז הייליג,

 

איבער די לעצטע טעג דרייט זיך ארום די שוין-יעצט-וואויל-באקאנטע גרופּע מחרחרי ריב און פירן א ווילדן טעראר קאמפּיין קעגן די וויליאמסבורגער גראסעריס וואס פארקויפן "דער שטערן", די איינציגסטע אויסגאבע וואס האט מסכים געווען זיך צו שטעלן אונטער א פּיקוח פון הרבנים הגאונים שליט"א מעיר וויליאמסבורג.

 

די זעלבע הפקר-יונגען וועלכע האבן מבזה געווען חשוב'ע רבנים וגאונים שליט"א, פירן יעצט א "דוירטי טריקס" קאמפּיין אויסגעבארגט פון די סאמע געמיינסטע גוי'אישע קאמפּיינס. דער קאמפּיין ווערט געפירט דורך פאוני קאלס, פאלשע חתימות, סטראשונקעס, סאבאטאזש און אנדערע טעראר.

 

מיר ווענדן זיך דא צום ברייטן ציבור, תושבי וויליאמסבורג: די פּארשוינען זענען א פּיצעלער מיעוט פון קלארע הפקר-יונגען וואס רעספּעקטירן נישט דעם כח התורה. איר זענט א ריזיגער ציבור פון טויזנטער מענטשן, יראים ושלמים, וועלכע פאלגן אויס א דעת תורה און פאלגן רבנים. שטעלט זיך אנטקעגן די וואס פּרובירן אייך צו אונטערדריקן, ווייל אם לא עכשיו אימתי.

 

מיר ווייסן אז איר זענט איידעלע מענטשן און ס'איז נישט אייער סטיל, אבער די טעראריסטן שלאפן נישט. זיי גייען אריין צו גראסעריס אָן אויפהער און סטראשען אפּצושפּארן אקאונטס און שעדיגן זייערע רווחים אויב האלטן זיי דעם שטערן. זיי מאכן פאוני קאלס צו געשעפט-אייגנטימער פיר אזייגער פארטאגס און וועקן אויף פּיצלעך קינדערלעך! זיי פארלאזן זיך אז איר, דער רוב וואס ליידט און שווייגט וועט ווייטער שווייגן.

 

אבער יעצט איז נישט קיין עת לחשות נאר אַן עת לדבר: לאמיר זאגן פאר אונזער גראסערי אייגנטימער אז אויב ער וועט נישט פארקויפן דעם שטערן וועלן מיר ביי אים נישט איינקויפן, און ווען מיר גייען איינקויפן ביי א גראסערי וואס פארקויפט יא דעם שטערן! לאמיר אים לאזן וויסן אז מיר מאכן אונזער ארדער אין זיין געשעפט נאר וויבאלד ער פארקויפט "דער שטערן", די איינציגסטע אויסגאבע וואס איז אונטער א הכשר.

 

ס'איז זייער וויכטיג מיר זאלן דאס טאן היינט נאכמיטאג און מארגן פארמיטאג! פארלאזט אייך נישט אז א צווייטער האט דאס שוין געטאן, ווייל דער אנדערער פארלאזט זיך אויף אייך. אייער גראסערי מאן מוז דאס הערן פון אייך!

 

עס איז קלאר אז די טעראריסטן מיינען דאס נישט קיין לשם שמים. זיי ווילן ווייזן אז זיי קענען קאנטראלן די שטאט, אזוי ווי דער פירער זייערער האט דערקלערט (עפּ"י כמה עדות): "עס איז דאס ערשטע מאל וואס רבנים וואגן זיך זיך ארויסצושטעלן קעגן מיר. איך וועל זיי ווייזן ווער ס'איז באלעבאס אין וויליאמסבורג!"

 

געדענקט, די דאזיגע חברה בלעקמעילערס וועלן זיך נישט אפּשטעלן. אין א בחינה פון היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך, וועלן זיי גיין ווייטער, און צילן אנדערע געשעפטן וועלכע וועלן זיך נישט צושטעלן צו זייערע בלעקמעילינג טאקטיקן. היינט איז עס די איינציגסטע אויסגאבע וואס האט א הכשר, מארגן וועט עס זיין אַן אנדערע אויסגאבע אדער גאר די מהודר'דיגע פּראדוקטן וואס איר עסט, אונטער דער השגחה פון אייער רב, וויבאלד די השגחה איז נישט לויט זייער געשמאק.

 

קיינער איז נישט פארזיכערט פון זייערע נעגל.

 

תושבי וויליאמסבורג ביי וועמען דער כבוד הרבנים איז טייער






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פסחדיגע "דער שטערן"! וויליאמסבורגער אידן האבען ב"ה וואס צו ליינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext