ווען איך זאל טרעפן היינט הגאון הצדיק ר' הלל וו''ב שליטא\''א פון התאחדות הרבנים אויף די גאס וואלט איך אים
געגעבען א קיש אויפ'ן ''שטערן'' פאר'ן צושטעלן צום ערשטן מאל אין די חסידישע היסטאריע ''קאקאש קעיק כשר לפסח''
אי''ה ליל התקדש חג ביי די ווערטער ''כן עשה הלל'' וועל איך אינזינען האבן די פסחדיגע קאקאש קעיק בהשגחת התאחדות
א דאנק א זעלכע פיינע אידען ווי "פייפ בארא", וואס געבן אכטונג אויף די כבוד פון די רבנים, נישט קיין חילוק וויפיל זיי טרעטן אויף די תורה, גייען זיי אן מיט זייער הייליגע ארבעט
נשלח ב-2/4/2012 23:27
איך בין שאקירט געווען צו זעהן די ריכטיג-חמצ'דיגע אויסזען פון שיק'ס קעיקס כשר לפסח בהשגחת התאחדות הרבנים.
אילו לא ראיתי לא האמנתי !
איך בין מחולק מיט ר' יונה ביי כן עשה הלל וועל איך עס זאגן בלשון בתמי'. כן עשה הלל? איז דאס טאקע מעגליך?
נשלח ב-2/4/2012 21:31
outspoken כתב:
כמדומה אז ס'איז ווייט פון טיפשות, התאחדות האט זיך אלץ אויפגעטון אז מ'געט נישט קיין כשר לפסח השגחה נאר אויף גאר וויכטיגע פראדוקטען, אויך האבן זיי א בריוו פון רביה''ק אז מ'זאל דווקא קויפן התאחדות צוקער ווייל דאס איז זייער איינציגע הכנסה, איצט אז זיי האבן גענידערט די סטאנדערט, איז געווען אן אסיפת הרבנים?איז נאך די בריוו אקטועל?
די טפשות איז נישט די נושא - וועלכע איז טאקע א שטארקע ווייטאג גראדע - נאר די טפשות איז די שפראך מיט וואס דאס, און נאך אנדערע נייעס'ן נעכטן, זענען געשריבן געווארן.
1) רבי הילל איז נישט געגאנגען מיט יונה אין איין חדר, 2) דער רב שליט"א האט נישט אנגעפרעגט אויף היידפארק צו יונה איז יא העפי אדער נישט מיט די התעוררות בנוגע מאגאזינען, 3) די ליינער דא זענען נישט אזוי צוקאכט אויף יונה'ס חלומות אז עמיצער וויל פארפעלן עפעס פונעם רב'ס שבת הגדול דרשה, ועוד ועוד, ודי לחכימא.
נשלח ב-2/4/2012 21:09
הודו להתאחדות כי טוב לעולם פיצא!!
מיט גרויס פרייד נעמט אויף כלל ישראל די גרויסע נייעס, אז היי יאר איז צום ערשטן מאל דא צו באקומען לכבוד יו"ט פסח
פסח פיצא בהשגחות התאחדות הרבנים!!!
יא איר ליינט גוט פסח פיצא!
Passover pizza
עס איז דא צו באקומען אין אלע געשעפטן.
שישו ושמחו בשמחת הפיצא!
נשלח ב-2/4/2012 20:54
FiveBoro כתב:
רבי יונה, גענוג געווען מיט טפשות פארן היינטיגן טאג!
כמדומה אז ס'איז ווייט פון טיפשות, התאחדות האט זיך אלץ אויפגעטון אז מ'געט נישט קיין כשר לפסח השגחה נאר אויף גאר וויכטיגע פראדוקטען, אויך האבן זיי א בריוו פון רביה''ק אז מ'זאל דווקא קויפן התאחדות צוקער ווייל דאס איז זייער איינציגע הכנסה, איצט אז זיי האבן גענידערט די סטאנדערט, איז געווען אן אסיפת הרבנים?איז נאך די בריוו אקטועל?
תוקן על ידי outspoken ב- 02/04/2012 20:55:26
נשלח ב-2/4/2012 02:15
רבי יונה, גענוג געווען מיט טפשות פארן היינטיגן טאג!
נשלח ב-1/4/2012 23:17
און בנוגע די קעיקס איז אן עוולה בעיקר די וואס מאכן סזאל אויזעהן ווי חמץ גמור ממש אן קיין שנוי כל שהו אבער בעצם פארשטייט יעדער אז אפילו ביי די אויסגעהאלטענע מיינט די השגחה נאר קינדער (וואס אויף דעם איז אויך יעדער כפי מנהגו) אדער מיינט עס צי ניצן דייקא פאר פסח ממילא וואלט מען לדעתי געמעגט מעורר זיין די רבנים פון אלע השגחות און פארלאנגען ארויפצולייגן א סטיקער אז דאס איז בלויז פאר קטנים וכל אחד כפי מנהג אבותיו (אבער די חמציגע איז א עוולה פאר זיך ווייל מאיז דאך עובר אויף בל יראה ובל ימצא אויב וועט מען חלילה אויסמישן מיט די חמציגע - וואס אזוי פסקנען דאך אלע פוסקים לגבי קטניות וואס איז סך ווייטער ווי דעם צי צוקומען אויסמישן -)
נשלח ב-1/4/2012 23:03
רבי_יונה כתב:
ווען איך זאל טרעפן היינט הגאון הצדיק ר' הלל וו''ב שליטא\''א פון התאחדות הרבנים אויף די גאס וואלט איך אים
געגעבען א קיש אויפ'ן ''שטערן'' פאר'ן צושטעלן צום ערשטן מאל אין די חסידישע היסטאריע ''קאקאש קעיק כשר לפסח''
אי''ה ליל התקדש חג ביי די ווערטער ''כן עשה הלל'' וועל איך אינזינען האבן די פסחדיגע קאקאש קעיק בהשגחת התאחדות
כה לחי רבינו הלל. קיפ אפ די גוד ווארק
כמיין סאיז קיין כבוד הרבנים צו גיין פערזענליך לא כן למדנו רבינו דער רבי האט אלס אכט געגעבן אויף די פערזענליכקייט אפילו ווען יענער איז נישט געווען גערעכט און מהאט נאר געהאקט בכלליות און באמת מיין איך אז ר' הלל ווייסט ניטאמאל אויף וואס זיין השגחה לויפט ווייל ווי לאנג ר' הלל שטעלט זיך אויף צו א שחרית און זאגט עלינו האט שוין דער גליק פון מאנסי ארויפגעריקט דעם התאחדות לעיבל ע"ה אויף נאך 10 פירמעס
ר' מנשה פילאפף, מיילעך שטערן ובדומיהם האבן א מויל פול מיט וואסער און מאכן א פתח שי''ן בנוגע די פירצה נוראה.
אלע גרויסע חטאים וועט מען נאר טרעפן ביי די אגודיסטן און מזרחיסטן.
די אייגענע פירצות נוראות פארשטעקט מען אבער אונטער די קארפעט
כדי צו פארשוינען די ''פארטיי '' וועט מען נישט אנרופן דעם ממזר'ל ביים נאמען און ארויסקומען מיט א וויי געשריי קעגען די פורצים אינעם חומה פון שמירת מסורת האבות און קעגען די יעניגע מיט'ן רבני'שן שלייער וועלכע צעברעכן דעם גאנצן באגריף אז ''פסח מישט מען זיך נישט''
אויף הרב פילאפף און שטערן ווערט שוין געשריבן און געזאגט ''הזהרו מן הצבועים''