בית פורומים כל העולם כולו

שייגץ ארויס אין ראדני גייט אן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2012 14:52 לינק ישיר 
שייגץ ארויס אין ראדני גייט אן

נעכטן נאכט איז שוין פריש געווען לעבעדיג אין די ברוינע ראדני שול ווען די שייגץ ארויס מיסיע גייט אן אין פולן קראפט
מען האט בא'שייגצט אין ארויס געווארפן איינעם יאקאבוויטש דער זעלבער יאקאבוויטש וואס האט געקויפט פאר ר' זלמן לייב די יאר שמחת תורה אתה הראתה

פירוד של רשעים נאה להם ונאה לעולם



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2012 18:35 לינק ישיר 

ווער עס קען ביטע שרייבן דא אויפן פארק
א ליסט פון רבנים בעלי בתים וכו'
וואס מהאט געפאטשט, געווארפן ,פארשעמט, און געלן שול , מיום הווסדה

א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2012 17:54 לינק ישיר 

דער שייגץ ארויס אונעם געלן ראדני טעמפל איז אזוי קאמיש, אז מען קען נישט אויפהערן צו לאכן,

יעדער געדענקט נאך יענע שוידערליכע תקיפה, ווען משנאי ה' נשאו ראש, ווען דער רשע כל הדורות בן פראדל האט געמאכט א יד אחת מיט די ארויסגעשפיגענע יאקאבאוויטשליך, און אנגעהויבן דעם ''מבצע זלמניו'' צו אומפארטירן דעם שרעקווערדיגן עם הארץ הדור ר' זלמן פונעם ווייטן מיטל מזרח קיין וויליאמסבורג,

די פראפאגעגאנדע איז דענמאלס געגאנגען, אז מען גרייט ברענגן א ''רב'' א נועם המידות, א נעים הליכות, א אויף טיער, א ענוותן כהלל, וואס וועט זיך רעכענען מיט אלע רבנים, די רבנים גייען קענען האבן א מיינונג, דער עטרה גיין קימען צו גיין פונעם ווייטן יושנה, עס גייט זיין אן הנהגת התורה, וכו'...וכו'.......

מען האלט מען האלט 12 יאר שפעטער.....

און גאנץ כלל ישראל זעט וואו אזוי וויליאמסבורג קיקט היינט אויס.....

נועם המידות .... יא ....יא.... קיקט דעם קליפ פון אויבן, און זאגט אליינס צו דאס מיינט נועם המידות.... דער יוד איז נעבאך געווארן בארויבט פון דעם פארזעניש יענקי הירש, וואס איז מטמא די וויליאמסבורגער גאסן, נאכט נאך נאכט, מיט דעם פריצות זאל ''עטרת בלעם'' און נישט נאר אז דער נועם המידות ראבינער טיט גארנישט כדי להציל את העשוק מיד עשקו, נאך ער שיקט נאך זיינע שלעגער אז מען זאל מאכן מיט דעם יוד א ''שייגץ ארויס'' וואס ער האט אזוי הייס פארשפראכן אז ער גייט דאס אפשטעלן, נועם המידות 2012 נישטא ווער עס זאל לאכן.......

יעדער רב וועט קענען זאגן זיין מיינונג..... יא.....יא......

הטעראר על השטערן יוכיח.......

עס דרייט זיך ארום און די וויליאמסבורגער גאסן א יודל מיט א שטויביגן קאפעליטש, און מיט בלוטיגע הענד, און ער האט אלע רבנים און די שטאט און זיין קעשענע, ער גייט אריין צו א רב, און לייגט אים אראפ א קול קןרא אויפן טיש, און זאגט אים, שרייב אונטער, און דער רב ווייסט אויף וואס דער סיקריק איז אלס עלול, און וואס פאר א פרא אדם דער קלאר איז, כאפט ער א פעדער און שרייבט אונטער וואו א וואויל קינד עוד בו נשמתו, אלעס נאר דער סיקריק זאל זיך זען אויף דער אנדערער זייט טיר וואס שנעלער.

דער נאך פארשטייען נישט די רבנים פארוואס ווען מען הענגט אויף די ריזיגע פאלאקאטן וועגן ''שמאלע געפאסטע קליידער'' לאכט כלל ישראל א גוטס,

דאס איז די הנהגת התורה, וואס מען האט אונז הייס פארשפארכען, ווען מען האט אומפארטירט דעם מן הארץ הדור פון ירושלים,

דער ''שייגץ ארויס'' פון דען געלן ראדני טעמפעל, מיט די טעראר אויף די שטערן, פארענפערט די הייסע טרערען וואס כלל ישראל האט פארגאסן, און דער בליטיגע תשנ''ט עפאכע, ווען בן פראדל מיט די בני יאקאבאוויטש האט אנגעברענגט אויף וויליאמסבורג דעם אנשיקעניש רבי זאליקא ...........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2012 14:22 לינק ישיר 

אן עקל אין גרויל צי קוקן ווי ס'טוט זיך אפ  ביי די זאלי'ס נישט דא די ווערטער אראפ צי לייגן פין וואספאר א שמוציג פאלק מען רעדט דא
אין נישט פארגעסן אלעס איז דער אהרן שולדיג אויף זייער פאר פארדארבענע חינוך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2012 03:54 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז מענדל מאיר האט א געלט סכסוך מיט יאנקי הירש און זיי רייסן זיך ארום כמעט יעדן טאג, נעכטין האט מענדל מאיר געשריגו אז ער גייט רופן יאנקי הירש צו דין תורה, נו, מער האט עם נישט אויסגעפעלט, די זאליס זענען ווילד געווארן הערענדיג דאס ווארט דין תורה און האבן אנגעהויבן צו שרייען ארוני שייגץ ארויס, שלעק איז געפלויגן אלעס ווייל ער האט געהאט די חוצפה צו שרייען אז ער וויל גיין צו א דין תורה, דאס ווארט דין תורה נעמט זיי ארויס פון די כלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 23:57 לינק ישיר 

דער יאנקי הירש איז אין גאנצן צירידערט לעצטענ'ס

פורים האט ער בא'שייגצט נטרונא יונגעלייט ווס זענען געגאנגען נאך געלט פאר דעם הייליגען ארגענעזאציע
פאריגע וואך פרייטאג האט ער באשגייצט ר' מנחם גרשון לעבאוויטש דער מנהל המוסדות פין סאטמאר וועגן די קעמפ'ס
אין יעצט האט ער זיך גענימען צי מענדל מאיר יאקאבוויטש

טייערע יודען מען דארף שטיין ווייט פין דעם נערווען קראנקען יאנקי הירש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 22:14 לינק ישיר 

געהערט פון א יוד וואס איז דארט געווען אז מענדל מאיר און א אריינגעקומען און מען האט פארגעלערנט א שיעור און בית שני און מענדל מאיר האט געשריגען שיר המעלות ווייל עס איז די זמן מעריב

ווער עס קען מעדל מאיר פארשטייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 21:34 לינק ישיר 

שייגעץ ארויס? ארויס פון ביהמ"ד מיט בזיונות? מען ווארפט הוטן און קאפלעך?

ווער האט אויסגעלערנט פאר די נועם-המידות-אידן וויאזוי מען שייגעצט ארויס א איד ברבים?

ווי קאן דאס אפילו זיין...

תוקן על ידי FiveBoro ב- 02/04/2012 21:34:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2012 21:13 לינק ישיר 

ער האט געבארגט פאר די זאליס 200 טויזענט דאלער פאר די נייע בענק אין ראדני וואס מען האט געקויפט היי יאר פאר ראש השנה, די זאליס האלטן אים נישט באצאלען, ער איז שוין געווען ביי רז"ל, און ער האט אים געזאגט אז ער האט עס נישט געבארגט פון אים.

לויפט ער נאך יעדן טאג יענקי הירש אין ראדני גנב און ער איז אים מבזה ברבים, ווייל ער איז געווען די בארגער,  איצט האט יענקי הירש געטראפען א געלגענהייט אין אנגעמקלט דעם מענדל מאיר.

נוסח זאלי: נישט גענוג וואס מען באצאלט נישט די 200 טויזענט דאלער, נאר מען מקל'עט אים נאך אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 16:28 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס די שרעקליכע עבירה פון דעם איד איז געווען? אדער איז ער פשוט געפאלן א קרבן איבער די קעמפ פרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 15:02 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=yHlRt-muowI&feature=youtu.be



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שייגץ ארויס אין ראדני גייט אן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext