דער שייגץ ארויס אונעם געלן ראדני טעמפל איז אזוי קאמיש, אז מען קען נישט אויפהערן צו לאכן,
יעדער געדענקט נאך יענע שוידערליכע תקיפה, ווען משנאי ה' נשאו ראש, ווען דער רשע כל הדורות בן פראדל האט געמאכט א יד אחת מיט די ארויסגעשפיגענע יאקאבאוויטשליך, און אנגעהויבן דעם ''מבצע זלמניו'' צו אומפארטירן דעם שרעקווערדיגן עם הארץ הדור ר' זלמן פונעם ווייטן מיטל מזרח קיין וויליאמסבורג,
די פראפאגעגאנדע איז דענמאלס געגאנגען, אז מען גרייט ברענגן א ''רב'' א נועם המידות, א נעים הליכות, א אויף טיער, א ענוותן כהלל, וואס וועט זיך רעכענען מיט אלע רבנים, די רבנים גייען קענען האבן א מיינונג, דער עטרה גיין קימען צו גיין פונעם ווייטן יושנה, עס גייט זיין אן הנהגת התורה, וכו'...וכו'.......
מען האלט מען האלט 12 יאר שפעטער.....
און גאנץ כלל ישראל זעט וואו אזוי וויליאמסבורג קיקט היינט אויס.....
נועם המידות .... יא ....יא.... קיקט דעם קליפ פון אויבן, און זאגט אליינס צו דאס מיינט נועם המידות.... דער יוד איז נעבאך געווארן בארויבט פון דעם פארזעניש יענקי הירש, וואס איז מטמא די וויליאמסבורגער גאסן, נאכט נאך נאכט, מיט דעם פריצות זאל ''עטרת בלעם'' און נישט נאר אז דער נועם המידות ראבינער טיט גארנישט כדי להציל את העשוק מיד עשקו, נאך ער שיקט נאך זיינע שלעגער אז מען זאל מאכן מיט דעם יוד א ''שייגץ ארויס'' וואס ער האט אזוי הייס פארשפראכן אז ער גייט דאס אפשטעלן, נועם המידות 2012 נישטא ווער עס זאל לאכן.......
יעדער רב וועט קענען זאגן זיין מיינונג..... יא.....יא......
הטעראר על השטערן יוכיח.......
עס דרייט זיך ארום און די וויליאמסבורגער גאסן א יודל מיט א שטויביגן קאפעליטש, און מיט בלוטיגע הענד, און ער האט אלע רבנים און די שטאט און זיין קעשענע, ער גייט אריין צו א רב, און לייגט אים אראפ א קול קןרא אויפן טיש, און זאגט אים, שרייב אונטער, און דער רב ווייסט אויף וואס דער סיקריק איז אלס עלול, און וואס פאר א פרא אדם דער קלאר איז, כאפט ער א פעדער און שרייבט אונטער וואו א וואויל קינד עוד בו נשמתו, אלעס נאר דער סיקריק זאל זיך זען אויף דער אנדערער זייט טיר וואס שנעלער.
דער נאך פארשטייען נישט די רבנים פארוואס ווען מען הענגט אויף די ריזיגע פאלאקאטן וועגן ''שמאלע געפאסטע קליידער'' לאכט כלל ישראל א גוטס,
דאס איז די הנהגת התורה, וואס מען האט אונז הייס פארשפארכען, ווען מען האט אומפארטירט דעם מן הארץ הדור פון ירושלים,
דער ''שייגץ ארויס'' פון דען געלן ראדני טעמפעל, מיט די טעראר אויף די שטערן, פארענפערט די הייסע טרערען וואס כלל ישראל האט פארגאסן, און דער בליטיגע תשנ''ט עפאכע, ווען בן פראדל מיט די בני יאקאבאוויטש האט אנגעברענגט אויף וויליאמסבורג דעם אנשיקעניש רבי זאליקא ...........
 |
|
|