ר' משה דוד כ"ץ. וואס טוט זיך מיט די "אבו כביר" ביינער?
ר' משה דוד כ"ץ, פון נטורונא, וועלכער האט די לעצטע יאר געשפירט אז ער מיט זיין ארגאניזאציע זענען אומרעלעוואנט (אויסער וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג, ווען זיינע רעקלאמעס און אזעלכע סענסיטיווע ענינים האט נישט קיין שום אויפזיכט פון קיין שום מורה הוראה, און ער מאכט אלעס אויף זיין אייגענען אחריות) האט ער באשלאסן אונטערצונעמען א קאמפיין פון ניתוחי מתים טעלעפאן קאל'ס, אז יעדער זאל אנקאלן די "אבו כביר" אינסטיטוט, אז זיי זאלן צוריק געבן און ברענגען לקבורה די בארויבטע טיילן און אברים פון 8.500 קערפער'ס.
נאך ווען די "כנסת המינים" האט זיי מחייב געווען דאס צו טאן, און זיי האבן עס געמוזט טאן לויט די פארלאנג פון די "ועדת חוק ומשפט" פונעם "כנסת", האט משה דוד כ"ץ, אנגעהויבן מיט זיין קאמפיין, איינרעדן פאר זיינע געלט געבער'ס אז ער איז און די ליין פון עסקנות פאר כבוד שמים, און פאר אונז קעלבעלעך האט ער איינגערעדט אז נאר וועגן זיין קאמפיין גייט מען צוריק געבן די ביינער, מ'קען מיינען אז דער טרויעריגער רשע יהודה היס דער מנהל פונעם "אבו כביר" אינסטיטוט האט זיך שטארק געשראקן פונעם שארפן בריוו וואס עמרם כהן מיט הירצקא צוויבל האט עם געשיקט אין פעקס.
די אהרונים האבן שוין געוויסט צו אנצייכענען, אז די באשלוס פון די "אבו כביר" אינסטיטוט צוריק צו געבן אלע טויזענטער אברים איז א א רעזולטאט, וואס די מערכה איז נישט געפירט געווארן דורך די "סיקריקים" פון ירושלים און פון ניו-יארק, און דאס איז די איינציגסטע מערכה וואס עס האט מצליח געווען אין די לעצטע יארן.
היינט איז געמאלדן געווארן פון די "אבו כביר" אינסטיטוט, אז פון יעדן קערפער טייל, וואס זיי גייען צוריק געבן, גייען זיי איבערלאזן פאר זיך א שטיקל (אזוי גרויס ווי א כזית), ווייל עס האט זיי איינער גע'פסק'נט אז פחות מכזית דארף נישט קיין קבורה.
העדה החרדית מיט נאך גדולי ישראל גייען ארויס די קומענדיגע טעג מיט א שארפע בריוו דערגעגן
ר' משה דוד, ביטע, בעט מ'זאל ווייטער אנהייבן מיט די טעלעפאן קאל'ס, ווייל עס איז פחדים, אנדערש וועט בן ציון לאוב, נישט קענען שרייען אז דאס איז די איינציגסטע מערכה וואס האט געהאט הצלחה.
נשלח ב-10/4/2012 02:59
רמ"א א ער רמ"א א אין [ יעדע ארגאניזאציע וואס טוט, אויב האט עס נישט העכער זיך א סמכות פון רבנים איז עס נישט רעלעוואנט.
נשלח ב-10/4/2012 02:26
א גוטן הרב לוויות, שוין לאנג נישט פארברענגט. ב"ה מ'הערט פון אייך.
יעצט צום ענין: הייסט למשל אז יעצט "משתדלים" געהעריג רעוולעוואנט, כאטשיג ס'איז נאר דא א לעדערהעט (אפשר דאס אויך נישט). נטרונא וועלכע זענען גייען נישט נאך דעם בלו-פרינט פון הרה"ח ר' משה בן פראדעל, זענען מער נישט רעלעוואנט, ווען למשל זענען זיי געווארן אויס?
ווען א ארגאניזאציע פאלגט ערליכע רבנים איז ער רעלעוואנט
און אז נישט איז ער נישט רעלעוואנט
פארשטאנען מר.לאנצוט?
נשלח ב-5/4/2012 09:55
פריש כתב:
איך זאג נישט זיי זענען שקצים איך זאג נישט זיי זענען צדיקים, איך קען נישט נטרונא. אבער דאס זע איך יא אז געווענליך האקט עטס געפערליך אויף ירושלים רב און ר' טודרוס און פלוצלינג זענען זיי ערליכע אידן, דאס שמעקט נישט גוט.
ווי קומט דא אריין וואס די אהרונים האלטן איבער די רבנים ?
מען רעדט דא אז נטרונא איז א פריוואטע ארגענאציע אין רעדט זיך א דורך מיט די רבנים אין די זאלי'ס האלטן עס נישט אויס ווייל ער פרעגט נישט פין זיי די אויטעראזאציע וואס צי טיען אין פאר דעם ווערט נטרונא אפגעפרעגט ביי די זאלי'ס
די זאלי'ס פרוברין זיך איינצירעדן אז זיי האבן די טרעיד מארק פין קנאות איז געקומען די פינצקעלע ארגענעזציע נטרונא מיט א דינטשקע נאדעל אין געגעבן א שטעך אריין אין די גרויסע זאלי באלאן אין ס'האט געבעהן א הילכיגען קראך
אין פארדעם קראך פארגיסן זיי יעצט קראקעדיל טרערן
נשלח ב-5/4/2012 06:30
איך זאג נישט זיי זענען שקצים איך זאג נישט זיי זענען צדיקים, איך קען נישט נטרונא. אבער דאס זע איך יא אז געווענליך האקט עטס געפערליך אויף ירושלים רב און ר' טודרוס און פלוצלינג זענען זיי ערליכע אידן, דאס שמעקט נישט גוט.
נשלח ב-5/4/2012 00:54
פריש כתב:
ר' משה דוד איז גאר א חשוב'ער יונגערמאן וואס מען קען זאגן אז ר' משה דוד'ס ארגענעזאציע איז די איינציגעסטע ארגענאזאציע וואס געט זיך אפ 24 שעה א טאג בלויז פאר כבוד שמים
סך הכל זענען די זאלי'ס שרעקליך ווילד אויף אים ווייל ער פרעגט נישט מנשה פילעף מיט מיילך שטערן וואס צי טיען
ר משה דוד פרעגט דעם ירושלימער רב ר' טודרוס זילבער ר' יחזקאל ראטה וואס ער האט ציטען
אין אלע גדולי ישראל שטיצן אים היינט
די זאלי'ס זענען אנגעווייטאגט אויפן פאקט אז ס'איז דא א מוסד וואס האט 24 שעה א טאג אינזיען בלויז קנאות לשם שמים אין מיט זיי האט עס נול
אינטערעסאנט אז אזוי פלוצלינג איז ר' יצחק טובי' ווייס געווארן פון ראש ישיבת פאר התורה צו ירושלימער רב, ר' טודרוס זילבער איז געווארן אויס סיקריק...
אינטערסאנט אז אזוי פלוצלניג איז נטרונא געווארן שקצים
נשלח ב-5/4/2012 00:49
אבראהאם כתב:
ר' משה דוד איז גאר א חשוב'ער יונגערמאן וואס מען קען זאגן אז ר' משה דוד'ס ארגענעזאציע איז די איינציגעסטע ארגענאזאציע וואס געט זיך אפ 24 שעה א טאג בלויז פאר כבוד שמים
סך הכל זענען די זאלי'ס שרעקליך ווילד אויף אים ווייל ער פרעגט נישט מנשה פילעף מיט מיילך שטערן וואס צי טיען ר משה דוד פרעגט דעם ירושלימער רב ר' טודרוס זילבער ר' יחזקאל ראטה וואס ער האט ציטען
אין אלע גדולי ישראל שטיצן אים היינט
די זאלי'ס זענען אנגעווייטאגט אויפן פאקט אז ס'איז דא א מוסד וואס האט 24 שעה א טאג אינזיען בלויז קנאות לשם שמים אין מיט זיי האט עס נול
אינטערעסאנט אז אזוי פלוצלינג איז ר' יצחק טובי' ווייס געווארן פון ראש ישיבת פאר התורה צו ירושלימער רב, ר' טודרוס זילבער איז געווארן אויס סיקריק...
נשלח ב-5/4/2012 00:17
משה דוד נידערמאן ווען ער שטיצט קאנדידאטן פין חוקי תועבה פרעגט ער יא רבנים ? ווען דער איד שטיצט די בעלזע שלום פרעגט ער יא רבנים ? ווען הערשל קלאר הרג'ט מענטשן כדי ער זאל מאכן מיליאנען פרעגט ער יא רבנים ?
ווען דארף מען פרעגן אין ווען נישט ?
נשלח ב-5/4/2012 00:07
ר' משה דוד איז נישט גוט
אבער אברהם לויפער הערשל קלאר מיילך שטערן מנשה פילעף יצחק שטערן מעכיל אינדיג משה לייב דייטש בן ציון שווארץ
מיט וועלכע רבנים רעדן זיי זיך דורך
אדרבה געב די ליסטע פין רבנים מיט וועם ער דארף זיך א דורך רעדן
נשלח ב-5/4/2012 00:05
צו לוויות האב איך איין פיצי קשיא:
דו שרייבסט אז נטרונא איז שוין היינט מער נישט רעלעוואנט.
אויב דו ווייסט נישט פרעג אנדערע און שרייב נישט אז איך בין אן עם הארץ
נשלח ב-5/4/2012 00:02
לוויות כתב:
אפשר אמאל האט ער גערפרעגט ר' אברהם לייטנער
היינט פרעגט ער ביי קיינעם
ר' טודרוס האט מיר געזאגט אז ער האט נישט קיין אויפזיכט אויף די אינהאלט פון די הסברה רעקלאמעס פון "נטרונא".
ר' טודרוס איז נישט קיין שקרן די ביסט דער שקרן
אין איך פארשטיי דיך דיין אנגעווייטאגט ברענגט ענק צי גיין אין קארט זאגן ליגענט מחלל שם שמים זיין אויף טריט אין שריט
ר' משה דוד איז א צדיק פין א יוד
יעצט א זייטיגע שאלה א חוץ ר' משה דוד איז נישט דא נאך איינער וואס טוט אין די ענינים ?
נשלח ב-4/4/2012 23:58
איך האלט אויך אז מ'דארף גוט אויסשייגעצן דעם משה דוד כ"צ'ן.
נאך אלעם פארשטייט דאך יעדער נארמאלער מענטש אז די מלחמה קעגן די מדינה הטמאה קומט נישט פאר די מחאות קעגן דעם פאליטישען שונא אהרן טייטלבוים.
נשלח ב-4/4/2012 23:58
אפשר אמאל האט ער גערפרעגט ר' אברהם לייטנער
היינט פרעגט ער ביי קיינעם
ר' טודרוס האט מיר געזאגט אז ער האט נישט קיין אויפזיכט אויף די אינהאלט פון די הסברה רעקלאמעס פון "נטרונא".
נשלח ב-4/4/2012 23:57
אישור ביסט סתם א גרויסער עם הארץ
"ידיעות" שרייבער קענען נישט אריינלייגן קיין נייעס אן די מינדעסע רשות פון זיינע אויבערהארן, און די רעדאקטאר'ן פון "ידיעות" זענען פרייע פערזאנען וואס שרעקן זיך נישט פאר די גראצער'ס פון די אזויגערופענע "עסקנים"