נטרונא אלארמירט: גזירת ניתוחי מתים נישט גענצליך פאריבער!
לבקשת כמה חברים שטעל איך דא ארויף די נייעס וואס איז נעכטן געמאלדן געוארן אויף קול סאטמאר, אפטיילונג פון קול החרדים:
דינסטאג י"א ניסן.
דאס יהדות החרדית איז נעכטן מאנטאג אויפגעשוידערט געווארן צו הערן די שווערע נייעס, אז טראץ אלע ערווארטונגען, איז די מערכה כבידה קעגן די גזירת ניוול המת דורך די רשעי הציונים נאכנישט פארטיג, און די רשעים הייבן אן צו צייגן עקשנות און הארטנעקיגקייט נישט אויסצופירן גענצליך זייער פריערדיגע צוזאג.
ווי עס איז שוין ברייט באקאנט האט דאס יהדות החרדית דערגרייכט א שטארקן זיג מיט זעקס וואכן צוריק, ווען די אינסטאנצן פון אבו כביר האבן זיך געבראכן צו די דרוק פון די וועלט וואס איז געקומען נאך גרויסע פעולות פון נטרונא וועלכע האבן איינגעלייגט וועלטן מבטל צו זיין די גזירה נוראה, און זיי האבן זיך דעמאלס פארפליכטעט צוריקצוגעבן און באערדיגן אלע חלקים פון די 8000 אברים וועלכע זיי האבן רח"ל געהאלטן אין געפענגעניש פאר לאנגע יארן, און לויט ווי זיי האבן דעמאלס געזאגט האבן זיי געדארפט ביז 90 טעג צוריקגעבן אלע עצמות, צוטיילט אין צוויי סארטן, איינס חלק וועלכע קומט פון גופים וואס די משפחות פארלאנגען דאס צוריק, דאס וועט צוריקגעגעבן ווערן צו די משפחות דאס צו קענען באערדיגן, און די איברים וועלכע קומען פון אזעלכע גופים וואס די משפחות זענען פרייע פורקי עול און זיי האבן אונטערגעשריבן אז זיי זענען מפקיר די איברים, די דארפן געגעבן ווערן פאר די עסקנים זיי זאלן דאס קענען ברענגען לקבורה.
אצינד אבער האבן די הויפט פון די פאטאלאגן אנשטאלט אין אבו כביר געטוישט פון זייער צוזאג, און געמאלדןו צוויי שינויים. ערשטנס האבן זיי זיך גע'פסק'נט א אייגענע פסק הלכה אז זיי מעגן ווייטער האלטן קליינע חלקים פון די איברים, ווייניגער ווי א כזית, און לויט דעם האבן זיי באשלאסן ווייטער אנצוגיין מיטן שרעקליכן בזיון המת און כפירה בתחיית המתים און נישט באפרייען טאטאל אלע חלקים פון די איברים, און צווייטנס זאגן זיי אצינד אז זיי וועלן נישט צוריקגעבן די איברים פאר די משפחות, נאר זיי וועלן אליינס דינגען א חברה קדישא דאס צו באערדיגן אויף איין פלאץ.
די עסקנים זאגן אז דער באדייט פון דעם איז זייער קלאר, אז די רשעים האבן ארויסגענומען פיל מער איברים פון די מתים ווי דאס וואס זיי האבן געזאגט פאר די משפחות בשעת די פטירה, און דערפאר האבן זיי באשלאסן אז זיי ווילן נישט אז די משפחות זאלן זיך באנעמען מיט די קבורה, כדי עס זאל נישט אויפגעדעקט ווערן אז אין די צייט וואס זיי האבן איינגערעדט פאר די משפחה אז זיי נעמען ארויס איין אבר פאר אויספארשונג, האבן זיי גענומען פיל מער פון דעם.
אין די זעלבע צייט איז אויך אנטשטאנען א פארלאנג מצד די משפחות פון די נפטרים, אפילו פון די פרייע, וועלכע פארלאנגען אז די ציוניסטישע רעגירונג זאל זיי באצאלן די קאסטן וואס עס וועט זיי באטרעפן צו עפענען די קברים צוריקצושטעלן די איברים לקבורה, וואס דאס בארעפט אסאך געלט, און זיי טענה'ן אז היות די רעגירונג איז געווען דער וואס האט זיי געצווינגען צו לאזן די איברים אן קיין קבורה ביז היינט, איז די רעגירונג פאר-אנטווארטליך צו באצאלן די קאסטן פאר די יעצטיגע קבורה.
לויט ווי עס איז ערווארטעט וועט דער סכסוך אנקומען אין די ציוניסטישע געריכט, און אין די זעלבע צייט זענען פארמישט געווארן עטליכע רעליגיעז-ציוניסטישע ארגאניזאציעס וועלכע פארלאנגען אליינס פון די אבו כביר אויטאריטעטן ארויסצוגעבן די נפטרים לויט די קלארע צוזאג פון עטליכע וואכן צוריק אן קיינע שינויים, און ווי עס גיבן אונז איבער די עסקנים פון נטרונא זענען זיי פארבינדן מיט די היימישע עסקנים פון ארץ ישראל וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיט די מערכה ביז אהער, און אין די קומענדיגע טעג וועט מען באטראכטן דעם מצב צו זעהן אין וועלכע ריכטונג עס גייט און וועלכע שריט עס דארף אונטערגענומען ווערן מצד די עסקנים.
דאס יהדות החרדית פון איבער די גאנצע וועלט שטייט גרייט ארויסצוהעלפן מיטן קאמפ מבטל צו זיין די שוידערליכע מעשי רשע פון בזיון המת און כפירה בתחיית המתים דורך די רשעי ישראל, און מען וועט טוהן אלעס וואס וועט זיך אויספעהלן להעביר את רוע הגזירה.
 |
|
|