בית פורומים כל העולם כולו

אז עס טיט ווי שרייט מען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/4/2012 20:17 לינק ישיר 
אז עס טיט ווי שרייט מען

געט א קיק די ליין ביי די צווי מצה בעקערייען ערב פסח...סאיז נישט דא ווער סזאל לאכען




תוקן על ידי IAMSMART ב- 10/04/2012 20:27:26





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/4/2012 02:50 לינק ישיר 

און דא האסטו נאך איינס, גיב אכטונג אויף דיין געזונט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 02:49 לינק ישיר 

שעפעלע דא האסטו סאטמאר וואל ראזלטאטען פון דעם חול המועד.

איך ברענג דא פון ביהמ"ד הגדול הופער, איצט ביסטו מכובד צו ברענגן פון ראדני, יעמוד יעמוד!

די אלע אנדערע זאכן וואס די שרייבסט קען מען זיך טאנען לעולמי עד, ווער עס האט מער בחורים, מער קינדער, וכו', דאס איז אלע דאמירן בעלמא, ברענג פראוו שווארץ אויף ווייס, בילדער, אז נישט איז עס ווערט גארנישט!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 06:59 לינק ישיר 

1)אהא הייסט אז די עמך אידן וואס שיקן אין 82 די קינדער און קומען נישט צו תפילות און טישן זיי וועלען ממש אויס ריכטיגע וואלן אז זיי ווילן ענדערש הגז"ל ווי מהר"א

2)הייסט די 800 קווינס בחורים וואו די נאמען ר' זלמן ליב איז א געלעכטער פאר איינעם וואס זאגט עס מיט א ר' דאס איז באמת וואלן ממש געוועהלט נישט סתם געוועלט נאר אויסדערוועהלט
ווי זאגט מיר א יוצא קווינס איך בין גראדע פונעם מיעוט וואס זענען געווען עפעס ווארים פאר ר' זלמן אבער אלעס ביז איך בין אריין קיין קווינס וואו א חסיד פון ר' זלמן איז מער אויסגעשפיגן ווי א יון פון די סוכה עכ"ל

3) הייסט די וואלן אין וו"ב ווען סאיז דא שווארצע און ספאנישע דאן הייסט ריכטיגע וואלן א אהא איז דאס א קאפשטיק אבער נאר נישט וואלן פון תשס"א נעבן ראדני וואו די ספאנישע האבן נישט אנטיל גענומען נאר פון דעם רעדסטו נישט...

אבער א שבת און יו"ט א דרשה און א קוויטל דאס איז נישט וואלן און אוודאי נישט אויסגעוועהלט, הא?
און ארויסנעמען איבער 5 טויזנט קינדער אויף איינמאל פון א עקזיסטענדע מוסד מיט א אלע איינגעשטעלטע דאס איז נישט קיין וואלן הייסט עס, הייסט עס אז נאר די וואס זענען געבליבן מיטן באן אינקלאדעט נישט נאר פארעווע פון די נייע פאליטיק אין סאטמאר נאר אזאנא פארעווע וואס קענען דעם הייליגן ספר ויואל משה אריינווארפן אין שריפת חמץ (יא גלייבט נישט נאר צא ובדוק) און פארן פשוט מיטן שטאטישן מוסד זיי גאר "וועלן" ביים וואהל מאשין, אהא איך הער

תוקן על ידי גרוינים ב- 16/04/2012 07:01:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 06:25 לינק ישיר 

עכטע וואלן אין ווילי איז יעדעס יאר

איבער טויזענט בחורים אין אינזער ישיבה אין ענק קענען קוים ציזאם קראצען 450

עכטע וואלן אין ווילי איז יעדעס יאר

אינז איבער צען טויזענט קינדער אין אינזערע מוסדות אין ווילאמסבוירג אין ענק קענען קוים ציזאם קראצען פיר טויזענט

עכטע וואלן אין ווילי איז יעדעס יאר


אינזערע קאנדידאטען ציען אן איבער %73 אין ענקער אבראהאם...  קנאפע %27




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/4/2012 02:20 לינק ישיר 

די עכטע וואלן אין ווילי איז יעדעס יאר חול המועד, און יעדעס יאר שמחות תורה.

ביידע זאגן דרשות חול המועד, און ביידע טאנצן שמחת תורה.

און לאמיר זעהן ווער עס האט א גרעסערע עולם.

לאמיר אנפאנגען מיטן די בילדער פון די חול המועד דרשה היי יאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 02:03 לינק ישיר 

נאך א שטערקערע הוכחה!
אזויפיל יודן זענען גרייט צו שטיין אין די רייע ערב פסח "אפי' ווען די פענסטער איז פארמאכט פאר א דריי-פערטל-שעה (. . . (:-)" 

דאס מיינט חשובע מצות און חשובע יודן!





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/4/2012 19:37 לינק ישיר 

אויף דעם ווידעא זאגט מען א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2012 17:08 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
זאג נאר שעפעלע ווען ענק האבען זיך אן געפרעסען אין מכשיל געווען כלל ישראל מיט טרייפענע מויסקווי עופות האבען ענק נישט געניצט קיין לעבס פאר קאווער אפ? הא? סא קאט די קרעפ מיט די לעבס, אין פאר ענק לייגען צוריק די מזיזות אויף שערי חמלה ביסטי די לעצטע מענטש צי זיין ביזי  מיט עקרי דת תורתינו הק...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2012 09:12 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
יא יא חלה דעקלע האסט אליינס געזען ...טאקע...?אין זאג נאר פארוואס האבען אינז איבער טויזענט בחורים אין אינזער ישיבה אין ענק קענען קוים ציזאם קראצען 450 אויך ווייל די ווינדא איז צי געמאכט ....
פארוואס האבען אינז איבער צען טויזענט קינדער אין אינזערע מוסדות אין ווילאמסבוירג אין ענק קענען קוים ציזאם קראצען פיר טויזענט אויך ווייל די ווינדא איז צי געמאכט ....
אין פארוואס ציען אינזערע קאנדידאטען אן איבער %73 אין ענקער אבראהאם...  קנאפע %27 
אויך ווייל די ווינדא איז צי געמאכט...סאיז שוין די העכסטע צייט זיך אויף צי וועקען פין דיין זיסען שלאף אין איינזען אז ענק זענען א מנארעטי....


תוקן על ידי IAMSMART ב- 10/04/2012 22:16:14



פארדריי נישט די נושא
איין זאך זאלסטו מיר נישט זאגן אז אין בראדוועי איז די פענסטער נישט געווען פארמאכט. ווייל איך האב עס אליין געזען. מענטשן שטייען אין א רייע, און מ'טיילט נישט.

נאך א זאך זאלסטו מיר נישט זאגן אז מ'האט געלאזט דעם עולם שטיין ווייל ס'איז "נישט געווען"...

תוקן על ידי upstate1 ב- 15/04/2012 09:12:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2012 20:16 לינק ישיר 

אזא היפעקריט ווי דיר איז שווער צי טרעפען #1
 די  שרייבסט

(לפענ"ד איז דאס א יסודות'דיגע רעיון וואס גרעניצט זיך ממש מיט עקרי דת תורתינו הק', ווייל אויב הייבט מען אן מיט חכמות און קונצן און מ'ווענד זיך צו די מאדערענע טעכנאלאגיע צו מברר זיין עניני איסור והיתר, נעמט מען ממש דעם גאנצן יורה דעה און מ'ווארפט עס אין אשפה אריין רח"ל, וכפי לשונו פון הג' רב"צ וואזנער: "תורה תורה חוגרי שק" מיט אזא שיטה קען מען זיך אנשליסן מיט די רעפארמער, דאס איז דאך ממש זייער יסוד צו רעפארמירן (איבערמאכן)  די תוה"ק לויט די מאדערנע גויאישע השגות רח"ל)
זאג נאר שעפעלע טייערע ווער איז געווען דער וואס האט משנה געווען פין די אלע יארן אין געזאגט ליבי נקפו די ווייץ זענען קיינמאל נישט גיט געווען מען האט ארויס גענימען א היתר פין טאש אויב נישט דיין צדיקעל...סא קאט די קרעפ...
#2 אויב די וויליזש איז א גאווערמענט פארוואס שרייען ענק מוסרים ווען מען גייט אין קארט א קעגען די ווילידזש מעק אפ דיין מיינד ווען עס קימט אראפ צי נעמען מזיזות איז עס א גאווערמענט אין ווען עס קימט צי קלאגען ווערט עס א קהילה...א באנדע היפערקריטען







תוקן על ידי IAMSMART ב- 12/04/2012 20:21:38





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/4/2012 03:36 לינק ישיר 

מיין טאיערע ברודער שיחי'

דער מוסקווי עופות אינצידענט איז לגמרי שלא מן הענין און אין גאנצן נישט דומה בכלל צו אונזער נושא,

נישט ווייל דאס איז "עופות" אין דאס איז "מצות", נישט ווייל דאס איז א שאלה פון טהור טמא, און דאס איז חמץ ומצה,

אי משום הא וואלט עס אפשר טאקע יא געווען מן הענין,

דער אורזאך פארוואס דאס איז אן ענין פון טענו לו בחיטין והודו לזכר קדשו

ווייל ביי דער מוסקאווי שערוריא, איז עס "אין ארגסטן" פאל געווען לכולי עלמא לית מאן דפליג, א "בדיעבד" אזאך וואס האט שוין פאסירט, שלא בזדון, א איינצעלנע איזולירטע אינצידענט, וואס לכולי עלמא האט קיינער דא געוואלט שעכטן מוסקאווי און לכולי עלמא וויל נישט דער KJ בית השחיטה איינפירן א נייע זאך צו שעכטן מוסקאווי, דאס וועלן אפי' די גרעסטע שונאי הבית השחיטה ור' אהרן מודה זיין

דאס גאנצע וואס דא האט פאסירט איז א אויסנאמישע שאלה בדיעבד וואס איז לעולם נישט קיין נפק"מ לעתיד,

דאס איז פארשטייט זיך אויפן "ארגעסטן פאל", אבל לפום ריהטא איז עס מיטאמאל דאס אויך נישט, ווייל דער מוסקאווי גאנז איז א עוף טהור, כשר וישר, לפי אבותינו רבותינו ופוסקים שבדור הקודם אשר מפיהם אנו חיים, פארשטייט זיך נישט לויט די אינטערנעט און אויך נישט לויט א וואוילער אונגערישער שטודירטער רב פון ניו ארליענס, אבער איך מיין אז "בדיעבד" במקום ספק, נעמט דער "דרכי תשובה" דער מהר"י סאלאנטער, דער נציב ועוד, פורצוג צו דעם ניו ארליענסער רב,

און אפי' דער סאטמאר רבי שליט"א וואס האט יא געהייסן מאכן א ריקאל קעגן די הצעה פונעם קרית יואלער דיין, האט קלאר נישט געזאגט אז ס'טרייף, ח"ו, ער האט בלויז געזאגט אז היות דער בית השחיטה הייסט אין דער וועלט אלס א "מהודרת", שפירט ער אן אחריות צו טאן א פרעצעדענטלאזער שריט, וואס בלי ספק און א אלגעמיינע בית השחיטה וואלט קיינער מיטאמאל געהערט דערפין

ווי למשל בימינו אלו קען מען שעכטן און אנדערע בתי שחיטה הינער מיט סאך ערגער חששות פון טריפה דאורייתא ממש רח"ל, ווי למשל צומות הגידין, אן גארנישט אלעס גייט אן לכתחלה, ואין פוצה פה, שעכטן מוסקאווי קאטשקעס איז א דשאוק קעגן דעם,

לגבי די מזוזות, גלייב מיר ווען ס'ווען בידי וואלט איך ארויפגעקלאפט מזוזות אויף אלע פובליק סקולס אלע פאסט אפיסעס, אלע רעגירונג אנטשטאלטן, אבער איך האב פאר אייך נייעס, די מקומות געהערן דאך נישט פאר מיר, דאס געהער פאר די אמעריקאנער עול הגוים והגליות, מיר זענען נישט אחראי אויף קיין מזוזות פון טירן וואס געהער צו דעם רעגירונג, ואין חולק בזה


תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 12/04/2012 03:40:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2012 02:57 לינק ישיר 

זאג נאר שעפעלע ווען ענק האבען זיך אן געפרעסען אין מכשיל געווען כלל ישראל מיט טרייפענע מויסקווי עופות האבען ענק נישט געניצט קיין לעבס פאר קאווער אפ? הא? סא קאט די קרעפ מיט די לעבס, אין פאר ענק לייגען צוריק די מזיזות אויף שערי חמלה ביסטי די לעצטע מענטש צי זיין ביזי  מיט עקרי דת תורתינו הק...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/4/2012 23:52 לינק ישיר 

להוי ידוע,
אין דער שופרא של יהדות הזלונים - דער צייטונג "דער איד" - איז אין די לעצטע פאר יאר,
חדשים פאר און נאך פסח דא יעדע וואך א גאנצע ביילאגע (צווישן 16-20 עמודים) וואס האקט און שרייט קעגן די אריזונה ווייץ, וואך איין וואך אויס, מיט כלערעליי איסורים וחרמות, יעדעס יאר ווערט די פראבלעם ערגער און ערגער מיט פרישע איסורים אזש אז די יאר זענען זיי געקומען צו די מסקנא ס'גרעניצט זיך מיט כפירה און אמונת צדיקים,

ווידער און די לעצטע 2 יאר, אין דער בלאט, ווייסעך נישט צו דער טעמע איז ארויפגעברענגט געווארן מער ווי 2 מאל ברמיזא, און אויף א קאמישער אופן, סאטמאר רבי האט זיך מיטאמאל געקימערט צו רעדן דערפין די לעצטע 2 יאר,

יעצט זאג דו מיר ווער שרייט און ווער לאכט א גוטס,

יעצט בנוגע די פארפעטעטע וואסער און בראדוויי בייקערי, וויל איך זאגן פאר מיינע ברודער אנשי מהרז"ל:

יאכלו ענווים וישבעו!

לשיטתינו - אי משום הא - קענט איר עסן די מצות מיט א רואיג געוויסן, כלל ישרא' מאז הית לגוי, האט קיינמאל חוקר געווען אין לברעטאריעס מיט מאדערענע צייענטיפישע חקירות צו מאכלים האט אין זיך א בליעת איסור, מיר זענען ציפרידן מיט די פרימיטיווע אויסגעטרעטענע דרכים, צאי לך בעקבי הצאן, פון "כבולעו כך פולטו", "נותן טעם לפגם", "מין במינו" "יבש ביבש" "לח בלח" וכדומה וכדומה,

אבער לשיטתכם איז א איסור החלט צו עסן די בראדוויי מצות סיי פסח און סיי א גאנץ יאר,

פארוואס,

א וויכטיגע הקדמה:

תוס זאגט אין ערבי פסחים (דענק נישט פונקטליך ווי) איבער דעם וואס די גמרא זאגט אז מ'דארף איינטינקען די מרור און חרוסת צוליב די שעדליכקייט פון "קפא", זאגט דער רבינו חננא' אז דער "קפא" איז א געוויסער ווארעם וואס זיצט אין די מרור און דאס קען זיין א סם, שרייט תוס' געוואלד, פארגעס פון סם, אויב דער קפא איז א ווארעם נו איז דאך דא דער פראבלעם פון עסן א שרץ טמא, ענטפערט תוס אז אינה"נ מ'דארף עס טאקע בודק זיין, נו פרעגט תוס' אויב מ'איז עס בודק צו וואס ברויך מען נאך די חרוסת, ענטפערט תוס' אז נאכן בודק זיין קען זיך נאך אלס מאכן אז דער קפא בלייבט שטעקן באופן וואס לגבי מאכלות אסרות איז עס מותר, אבער לגבי סכנה איז "חמירא סכנתא מאיסורא"

פרעגן אלע א קושיא חמירא, אויב איז למעשה דא א מציאות בעולם אז עס ליגט דער שעדליכער קפא, וואס קען ברענגען לידי סכנה, מיינט דאך דאס אז דער שרץ איז במציאות דא, אנדערש איז דאך עס נישט קיין סכנה, נו וויזוי איז דאס אז מ'מעג דאס עסן לגבי שרצים טמאים, איז דער שרץ טמא דא אדער נישט, דאס איז דאך א דבר התלוי במציאות,

דער הסבר איז זייער פשוט, וואס די מפרשים כולם כאחד זענען מסביר, (געבויט אויף א חינוך דאכצעך) אז אלע מאכלי אסורים ווי חלב דם שקצים ורמשים, דאס זענען "רוחניות'דיגע" איסורים, ואין אתנו יודע פארוואס פונקטליך דאס איז שעדליך, אבער די תורה זאגט "לא תאכל" מיינט דאס אז דאס איז שעדליך פאר אונז ברוחניות, איז היות מיר פארשטייען נישט די שורש פון די איסור, דארפן מיר נאכפאלגן פונקטליך וויזוי די תורה הק' זאגט אונז בלי חכמות, און אויב די תורה זאגט אז אויף א געוויסער אופן איז עס כשר איז אפי' מיט די גשמיות'דיגע אויגן קוקט אויס ווי דער איסור איז נאך דא בעין, עכ"ז איז עס לגמרי נישט מעלה ומוריד, ווייל מיר פארשטייען דאך סיי ווי נישט וואס פונקטליך איז דער פראבלעם

א קלאסישע ביישפיל איז דם, מיר ווייסן אז זאלצן פלייש אויף א האלבע שעה, ציעט ארויס די בלוט פון די דיקסטע שטיקל פלייש, איי מזעהט דאך מיט די אויגן ווי עס פליסט נאך ארויס א רויטע ליחות, זאגן חז"ל אז דאס איז "מוהל", א זאפט אבער נישט קיין בלוט, איי שיק עס צו לעבערטאריעס וועלן זיי באשטעטיגן אז עס מלא וגדוש מיט בלוט און א מענטש וואס איז אלערדשיק צו בלוט וועט תיכף שטארבן, עכ"ז דאס איז נישט אונזער דאגה, אזוי לאנג מיר טוען וואס דער תורה הייסט קענען מיר זיין זיכער אז דער בלוט וואס די תורה האט א פראבלעם מיט, אט דער בלוט איז שוין נישטא מכל וכל

משא"כ ווען עס קומט צו עניני "סכנה", דאס איז א "גשמיות'דיגער" פראבלעם אז דער מאכל קען שאטן פארן בריות הגוף ממילא איז אלעס תלוי אין דעם מציאות הדבר, צו דער מאכל שאדט בגשמיות פארן מענטש צו נישט, איז כל זמן ס'איז דא אפי' א חשש רחוק מאוד אז דער מאכל איז א סכנה פארן מעטש דארף מען אלס חושש זיין דערויף,

לפענ"ד איז דאס א יסודות'דיגע רעיון וואס גרעניצט זיך ממש מיט עקרי דת תורתינו הק', ווייל אויב הייבט מען אן מיט חכמות און קונצן און מ'ווענד זיך צו די מאדערענע טעכנאלאגיע צו מברר זיין עניני איסור והיתר, נעמט מען ממש דעם גאנצן יורה דעה און מ'ווארפט עס אין אשפה אריין רח"ל, וכפי לשונו פון הג' רב"צ וואזנער: "תורה תורה חוגרי שק" מיט אזא שיטה קען מען זיך אנשליסן מיט די רעפארמער, דאס איז דאך ממש זייער יסוד צו רעפארמירן (איבערמאכן)  די תוה"ק לויט די מאדערנע גויאישע השגות רח"ל

ליידער ווייס מיר אז די מתנגדי חיטי אריזונה (לייען מתנגדי הרב אהרן טב) האבן ליידער אדאפטירט דעם תורה חדשה וואס אויסער זייער פארדארבענע מהלך פון זיך ווענדן צו די מאדערנע טעכנאלאגיע צו פסקנ'ן עניני איסור והיתר, האבן זיי מחדש געווען שפוגעל נייע חששות ואיסורים שלא ידעו ולא יבנו אבותינו ורבותינו מעולם, דהיינו, צו חוקר זיין די וואסערן וואס מ'איז משקה די שדות לגבי מצות שמירות משעת קצירה, א נייער געבוירענער רעיון פון שמירה משעת "זריעה" "וחנטה", (איך רעד נישט פון די וואסער וואס מ'קנעט אריין און די טייג אויף דעם געפין מיר שוין אין חז"ל אז עס ברויך א שמירה ווי למשל מים שלנו וכדומה), מיט דעם דערקלערן זיי אז זיי זענען קלוגער ווי אונזערע רבי'ס, קלוגער ווי די ראשונים כמלאכים, קלוגער ווי דער שו"ע ונושאי כליו, נעמליך אז זיי האבן ערפינדען א נייער חשש וואס דער אלטער פרימיטיווער וועג האט נישט באמערקט עפ"ל,

ולא עוד, זענען זיי נאך מוסיף חטא על פשע און זיי נעמען די אלע חששות וואס מ'געפין מיר "יא" און חז"ל, מ'געפין מיר "יא" און די ראשונים, געפין מיר "יא" און די פוסקים אשר מפיהם אנו חיים, דהיינו דער פראבלעם פון מוצמחות ומבוקעות, וואס עס שטייט קלאר בלי שום חולק כלל אז דאס איז א גרויסע פראבלעם לגבי מצות שמירות, און זענען דאס מדחה ומבטל מפני החששות הטכנולוגיע,

עד היכן יגענו?

לענינינו,

לפי שיטתכם העקום והשקר, אז משגיחין ב'לעברעטאיריעס, לגבי איסור והיתר, און מ'דארף חוקר זיין אפי' די וואסערן וואס מ'איז משקה די שדות, עאחכו"כ די מים לאפית המצות, דארף מען דאך זיכער חושש זיין לגבי סכנה ווייל חמירא סכנתא מאיסורא כנ"ל, איז אויסער די פראבלעם פון די זאלץ-קלארייד איז דאך עס זיכער א פראבלעם פון ונשמרתם מאוד לנפשתיכם, ממילא אתמהה! איר וואלט געדארפט זיין די ערשטע צו מבער זיין די מצות,

פארשטייט זיך כל הנ"ל איז נאר "לשיטתכם" ולשבר את האוזן, ולפום ריהטא אין כאן לא איסור ולא סכנה,

(אויך כל הנ"ל איז אויב מ'זאל מיר אנעמען (for argument sake) אז די בראדוויי מצות האט נישט קיין פראבלעם פון מצומחת ומבוקעות, און מצה גזולה וואס האט יא מקורות בחז"ל שו"ע ורמב"ם, אבער אין מקומו כאן)

ויה"ר שילמדו תועים ותוהי"ם בינה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2012 19:52 לינק ישיר 

ר׳ בערל פר״מ קען ארינגיין ווי ער וויל,  קיינער קען אים נישט אפהאלטן,
איבערשרייבן קען ער פונקט ווי ר׳ יאנקל כהנא, ביידע קענן נישט
אגוט מועד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2012 18:22 לינק ישיר 

 #1   איך האב נייעס פאר דיר אז בערעלע פורים רופט זיך סאטמאר ראש הקהל ווען ער האט נישט  קיין דריסת הרגל אין קיין איין בינין פין אינזער קהילה יא איז מענדעל שווימער מייער אין מאנרא...
#2 די מחלוקה איז נישט געווען וועגען קרית יואל עס איז געווען וועגען ווילאמסביורג אין דעס האבען ענק קלאר פארלוירען ענק האבען  גלענדעט אין קראסנא...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אז עס טיט ווי שרייט מען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext