מזעהט אז אפילו די קראלי מנהל וואס איז שוין פון די נייע דור רעדט פיין ער האט נאך געזאגט די בעסטע קורץ אין שארף
תוקן על ידי בחצרהקודש ב- 23/04/2012 17:51:59
נשלח ב-23/4/2012 16:31
די צייטונגען האבן אסאך א גרעסערע פראבלעם.
ווען א בחור'ל ליינט זיין פארטיי'אישע צייטונג און ליינט וועגן די קדושה פון זיין רבי און אין דער זעלבע צייט ליינט ער וואסערע שגץ און הולך בערכאות ר''ל זיין רבי'ס ברודער איז, דערנאך ליינט ער ממש די היפך אינם אינעם אנדערע צייטונג קומט ער ליידער צום מסקנה אז ביידע ברודערס זענען די זעלבע, און די גאנצע אידישקייט איז א שפיל ר''ל.
אויב דאס איז נישט גענוג, זעט ער אז זיין טאטענס "ערליכע רבי" (א מנהג וואס איז איינגעפירט ביים היימישע עולם אין די לעצטע 30 יאר, אז מ'האט א פארטיי'אישע רבי אין וואס מ'קאכט אין פאליטיק א גאנצע טאג, און דערנאך האט מען א א''ג ''ערליכע גוטע איד'' וואס מ'גייט זיך אויסבעטען א גוטע יאר און עצה'ס פאר שידוכים אא''וו) לויפט צו ביידע ברודערס און לאזען פאטאגראפירן, און לחיים'ט מיט די גרעסטע חנופה, מ'רעדט פון די זיידע'ס און אלע שטותים, אבער נישט וועגן אז זיי זאלען ארויסגיין פון ערכאות ר''ל, הייבט אן די בחור'ל צו טראכטען אז די גאנצע "פארגלייזען די אויגן" און זיך "רייבען די האנט" איז איין שטיק שקר, ר''ל.
אויב דאס איז אים נישט גענוג, ליינט ער די ערליכע מאגעזינען ווי למשל די ''אוצרות" וואס פארציילט פון זקנים פון די הייליגע דרכים, קדושה און עבודת פון רביה"ק און אנדערע צדיקים, און אויפן זעלבן פלאץ לייגט מען אין א קעסטעלע אז דער איד זאגט אויך אזוי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א ,אדער אז ער טוט אויך אזוי די עבודה, זאגט איר אליין וואס די בחור'ל טראכט ר''ל
נשלח ב-20/4/2012 13:36
באלד וועלן מיר אזוי אויסקוקען!
נשלח ב-19/4/2012 23:25
מה נשתנה אלו מאלו?????????
געלעכטער כתב:
דו האסט געזען איינעם זאגן דא אז דער בליץ איז סם החיים?
נשלח ב-19/4/2012 22:49
איז אמת אז אין "דער איד" איז נישט דערמאנט אפילו ברמז קיין כל שהוא איבער די היינט נאכטיגע אסיפה?, עס איז גאר גאר אינטערעסאנט וואס די פשט דערפון איז
נשלח ב-18/4/2012 21:25
געלעכטער:
איך בין א גראדער מענטש. איך האב קיינמאל נישט אריינגעלאזט ביי מיר אין שטוב קיין שום מאגאזין, נישט אידיש און נישט ענגליש.
פרעג איך ווי א תם: צי מ'גייט אויך זאגן אז דער בליץ איז "סם החיים"?
איך האב געהערט אז ר' מענדל האט געהאקט אויף "אלע צייטונגען" (און דאס צייגט מיר טאקע איבער אז ער איז ב"ה נישט קיין פעיקער און קיין בלאפער ווי די אנדערע רע-בנים וועלכע האבן מיט זייער פעדער אונטערגעשריבן אן איסור לשם פאליטיק און נישט לשם שמים.
דו האסט געזען איינעם זאגן דא אז דער בליץ איז סם החיים?
אגב, אלס אהרוני, פרעג דיך נאך די ווערטער וואס ר' מענדל האט געזאגט ביי זיין שבת הגדול דרשה אין הופפער, דערנאך קום מיר צוריק זאגן אויב די מערכה קעגן די מאגאזינען איז א פאליטישער.
נשלח ב-18/4/2012 05:42
היידפארק אויך.
נשלח ב-18/4/2012 03:31
לאמיר האפן אז די אסיפה זאל נישט ווערן קיין פאליטישע זאך, נאר עס זאל זיין אן אומפארטייאישע אסיפה קעגן אלע ליין מאטריאל וואס ברענגט ארייין גויאישקייט ביים היימישן ציבור, אפגעזען וואסערע נאמען עס טראגט!