די צייטונגען האבן אסאך א גרעסערע פראבלעם.
ווען א בחור'ל ליינט זיין פארטיי'אישע צייטונג און ליינט וועגן די קדושה פון זיין רבי און אין דער זעלבע צייט ליינט ער וואסערע שגץ און הולך בערכאות ר''ל זיין רבי'ס ברודער איז, דערנאך ליינט ער ממש די היפך אינם אינעם אנדערע צייטונג קומט ער ליידער צום מסקנה אז ביידע ברודערס זענען די זעלבע, און די גאנצע אידישקייט איז א שפיל ר''ל.
אויב דאס איז נישט גענוג, זעט ער אז זיין טאטענס "ערליכע רבי" (א מנהג וואס איז איינגעפירט ביים היימישע עולם אין די לעצטע 30 יאר, אז מ'האט א פארטיי'אישע רבי אין וואס מ'קאכט אין פאליטיק א גאנצע טאג, און דערנאך האט מען א א''ג ''ערליכע גוטע איד'' וואס מ'גייט זיך אויסבעטען א גוטע יאר און עצה'ס פאר שידוכים אא''וו) לויפט צו ביידע ברודערס און לאזען פאטאגראפירן, און לחיים'ט מיט די גרעסטע חנופה, מ'רעדט פון די זיידע'ס און אלע שטותים, אבער נישט וועגן אז זיי זאלען ארויסגיין פון ערכאות ר''ל, הייבט אן די בחור'ל צו טראכטען אז די גאנצע "פארגלייזען די אויגן" און זיך "רייבען די האנט" איז איין שטיק שקר, ר''ל.
אויב דאס איז אים נישט גענוג, ליינט ער די ערליכע מאגעזינען ווי למשל די ''אוצרות" וואס פארציילט פון זקנים פון די הייליגע דרכים, קדושה און עבודת פון רביה"ק און אנדערע צדיקים, און אויפן זעלבן פלאץ לייגט מען אין א קעסטעלע אז דער איד זאגט אויך אזוי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א ,אדער אז ער טוט אויך אזוי די עבודה, זאגט איר אליין וואס די בחור'ל טראכט ר''ל
 |
|
|