בריוו צו "איחוד הקהלות לטוהר המחנה"
דעם בריוו האב איך יעצט געפינען אויף אייוועלט. עס קוקט אויס צו זיין אונטערסאנט פאר אונזער היימישער עולם.
שלום וברכה לכבוד העסקנים החשובים כל אחד בשמו הטוב יבורך הקדמה?צום אלעם ערשטן וויל איך זיך פארשטעלן פאר אייך, איר זאלט פארשטיין ווער עס שרייבט דעם בריוו, און וואס איך וויל. איך בין אן עסקן אין איינער פון די גרויסע קהילות אין ניו יארק וואס שטייט אונטער די פירערשאפט פון אונזער מנהיג ישראל שליט"א, וואס מיט לויב צו השי"ת קען אויף מיינע פלייצעס צוגעשריבן ווערן דעם סוקסעספולן אונטערנעמונג פון אויסראטן געוויסע טעכנאלאגישע כלים פון נאנט צו 2000 משפחות פון אונזער קהילה. איך האב אויך אסאך גערעדט מיט עסקנים פון אנדערע קהילות וואס האבן פרובירט אונז נאכטוען, און ב"ה מיר טוען אויף אסאך.און פאר איך גיי צום עצם בריוו, וויל איך קלאר ארויסשרייבן, אז ס'זאל חלילה נישט אויסגעשטייטשט ווערן פון מיינע ווערטער דאס מינדעסטע ביטול ח"ו קעגן די גדולי ישראל שליט"א.וזה החלי בעזר השם יתברך:דאס אמעריקאנער אידנטום איז אויף מיט די נייעס וואס איז באקאנט געווארן אין די לעצטע וואכן, איבער א גראנדיעזן "כינוס כלל ישראל", וואס ווערט פאררופן דורך גדולי ישראל שליט"א, בראשות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולעני שליט"א – אלץ דער שפיץ פון די חסיד'ישע וועלט, און הגאון ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א – אלץ שפיץ פון די ישיבה'שע וועלט. דער "כינוס כלל ישראל", וואס ווערט אנגעפירט דורך די "איחוד הקהילות לטוהר המחנה", אנשטפרעכט צו איינזאמלען דאס גאנצע יהדות ניו יארק והגלילות, אזש ביז'ן ריזן ציפער פון נאנט, אדער אריבער, 50,000 נפשות, און איז געצילט צו ראטעווען דאס אידישקייט פון די בייזוויליגע שטן המשחית, דער טעכנעלאגיע.לאמיר אלזא אריינטראכטן אינעם גרויסארטיגן כינוס, און באטראכטן דאס פון אויבן אויף אראפ (רוב פון די אינפארמאציע איז באזירט אויף זייער גליון וואס איז אנגעקומען בימי החג). ווער רופט?דאס חרדי'שע וועלט פון כלל ישראל (עכ"פ אין ניו יארק והגלילות) איז היינט צו טאגס צוטיילט אויף 4 הויפט טיילן, 1) חסידים. 2) ישיב'יש המכונה ליטוויש. 3) ספרדים. 4) מאדערן ארטאדאקס.ליידער ליידער, איז דאס כח הרבנות שטארק אפגעשוואכט אינעם היינטיגן דור, און מיר גייען נישט אריין אין דיסיבות, אבער די פאקט איז אז אידן פארן קיין פלארידע, טוען אן 2 פיעס דאסטערס, הערן ליפא שמעלצער'ס טעיפס, שיקן מיידלעך ארבייטן אין אפיס, קויפן אייפאד'ס און עם.פי.3'ס, וכהנה וכהנה וכהנה אשר תקצר היריעה מהכיל, טראץ די נאכאנאנדע קול קורא'ס פון גדולי ישראל.יעדער איד וואס באלאנגט צו איינע פון די 4 קאטעגאריעס, איז געווענליך שטארק אנגעהאנגען אין זייער 'רבי'ן', 'ראש ישיבה', 'חכם' אדער 'ראביי', און הגם ער איז טיילמאל מעריץ אן אנדערע גדול, טוט אבער דער אנדערע עם גארנישט מחייב זיין. דערפאר, ווען איינער וויל ארויסשלעפן רוב פון די אידן פון זייער סדר היום, מוז דאס זיין דער אייגענער מנהיג/מורה דרך, ווייל אנדערש פילט ער נישט קיין התחייבות. חוץ אויב איז דער איד א נייגעריגער, און איז גרייט צו שפענדן עטליכע שעה צו זעהן אן אינטערסאנטע אומגעווענליכע כינוס, דעמאלטס קען יעדע מודעה אויפ'ן גאס אים ארויסברענגען צו סיי וואס.און אוודאי, קען מען נישט ארויפצווינגען א נייע תקנה אויף אזא איד, אויב ער הערט דאס נישט פון זיין אייגענע מנהיג. חוץ אויב איז ער אזא איינער וואס נעמט אלעס מיט אן ערנסקייט און תמימות, וואס פון דעם האבן מיר ליידער נישט צופיל.נו, אויב וויל מען מיך רופן צו א כינוס, און מיך אנווארעמען און באפעלן, וועט נישט העלפן אפילו גרויסע גדולים וצדיקים נשגבים, וואס הגם איך בין זיי גאר שטארק מעריץ, אבער ווילאנג איך וועל נישט הערן עפעס פון מיין אייגענע רב/רבי/גדול, וועט מיר גארנישט נישט מחייב זיין, נישט צו זיך באטייליגן ביי אזא כינוס, און אוודאי נישט צו זיך אונטערנעמען עפעס.און אפילו אויב אזא גדול בישראל ווי דער פוסק הדור, הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט"א, וואס מיר קומען נישט לקרסוליו בתורה וביראה, וועט לאזן פאלן עטליכע ווערטער לטובת דעם כינוס (אגב, איך גלייב נישט אז ער האט טאקע געזאגט די ווערטער וואס זיי שרייבן אינעם גליון), וועט רוב פונעם אידנטום ליידער ליידער נישט הארכן.וועמען רופט מען?דאס צוזאמנעמען אלע דערמאנטע סוגים אידן אויפאמאל אונטער איין דאך, איז בכלל אן איינגעשטעלטע זאך. ס'איז איבערגענוג די פאקט אז מיר לעבן אין עולם המסחר, ווי אלע סארט פארשוינען דארפן אנקומען איינער צום צווייטן אויף האנדל, און אפילו ס'רעדט זיך פון אידן מיט אידן איז ווייטאגלעך די פאקט אז מ'פרובירט זיך צו מדמה זיין למחצה לשליש ולרביע.ס'איז טיילמאל ליידער אזא ווייטער מרחק צווישן איין 'חרדי' אונעם צווייטן, ווי איין איד וועט שטארק נזהר זיין אין כשרות אפילו אויפ'ן וועג, אויף חלב ישראל, פת ישראל, יין משומר מגוי, און אוודאי אויף פלייש, און דער אנדערע וועט ביי זיך אינדערהיים עמטליך האבן אויפ'ן טיש פיל פיל שוואכערע סחורה.ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו עניני קדושה וטהרה ופרישות, איז דער מרחק פי כמה. וואס פאר א חסיד'ישער און ליטווישע איד איז טריפה אפילו בדיעבד, איז פאר די אנדערע צוויי מותר לכתחילה, און צווישן די חסיד'ישע און ליטווישע איז אויך דא אסאך אסאך דיפערענצן.און אוודאי ווען ס'קומט צו עניני טעכנאלאגיע, איז דער מרחק מזרח ממערב זייט טעלעוויזיע איז צושטאנד געקומען. בעת די ערשטע צוויי האבן נישט קיין טעלעוויזשאן אינדערהיים, האט דאס רוב פון די לעצטע צוויי טעלעוויזשאן בגלוי ובסתר (סיי אין דיינונג רום און סיי אין בעדרום), און עפ"י רוב זענען אלע טשענעלס רח"ל אפען אנע שום בלאקער.איז דען מעגליך צו רעדן אויפאיינמאל צו אלע סארט אידן איבער די האקעלע ענינים. כ'רעדט שוין נישט פונעם שפראך, אידיש און ענגליש צוזאמגעמישט, אבער וואס ווילסטו פון אונז? וואס גייסטו פאדערן? פילטערן טעלעוויזשאן? בכלל נישט האבן טעלעוויזשאן? פילטערן אדער בכלל נישט האבן קאמפיוטערס אינדערהיים? פילטערן אדער בכלל נישט האבן קאמפיוטערס (סעלפאונס) אין טאש? וועלכע סעלפאון מען מעג יא פארמאגן, און וועלכע נישט?גייסטו שטעלן דרגות? דער קאטעגאריע מעג יא דאס און דער צווייטע קאטעגאריע טאר נישט דאס? ערלעדיגט, איך שרייב זיך שוין איין אין די ערשטע קאטעגאריע. אדער גייסטו אננעמען דעם שטרענגסטן מיטל פאר יעדן איינעם? איז דאס זיכער א ברכה לבטלה.כ'ווייס אז אסאך בחורים ווייסן ליידער וואס טוט זיך אויף די וועלט, אבער דאס איז נאכנישט קיין תירוץ צו רופן אלע בחורים און יונגלעך, און זיי לאזן וויסן אז ס'ליגט א באקס אייער אויף די רעכטע זייט... און אפילו זיי גייען אמאל וויסן, איז דאך בעסער ווי לענגער זיי בלייבן אומוואוסענד.וואוהין רופט מען?דאס באשטימטע פלאץ אין פון די דברים שהשתיקה יפה להן, דער פאקט אז ביי פילע היימישע בחורים און יונגעלייט איז דא א רייץ צו זיין ביי די פלעצער, איז די גרעסטע ראי' אז מ'דארף נישט ווייטער עפענען די אויגן. גענוג וואס אויפ'ן בי. קיו. אי. שרייען די שילדן "יענקי סטעדיום", און די בחורים פרעגן זיך נאך דערויף ביז מ'קומט נעבעך אן אהין, דארף איך נאכלויפן די בחורים אויף נאך אזעלכע ערטער? וואס איז מיט די ריזיגע עדווערטייזמענט אויפ'ן פלאץ, גייט מען זיי צודעקן ווי אין א בית האבל? און צו קומען מיט'ן סיטי סאבוועי צום כינוס, און זיך אפשטעלן ביים "מעטס" סטאנציע, און זיך אומקוקן אויף די קאלירפולע ווענט אינעם באן און אינעם סטאנציע, ברענגט אויך דאס פארקערטע פונעם ציל.און דער אויסשטעל פונעם כינוס? אלע חסידים שטייען רינגס און ארום דעם ספעקטאל פונעם אויסשטעל, וואס קוקט אויס ווי אלע רבנים/ראשי ישיבות שפילן באל אינדערמיט...פארוואס רופט מען?דער גליון זאגט אונז עטוואס אויס וואס מיר גייען געוואויר ווערן ביים כינוס. 1) אז דער "עפל" פירמע האט ענדליך ארויסגעשטעלט אן אפציע צו לאזן פילטערן אירע "איי" פראדוקטן. ווי איך פארשטיי, איז דאס א בחינה פונעם בלעקבערי ענטערפרייז סערוויס. נו, א הצלה פורתא. אבער פארוואס זאל איך נישט מעגן וויסן דערפון אן גיין צום כינוס, שטעל שוין מודעות פון דזשעי נעט אז מ'קען אדער מ'גייט בקרוב קענען זיך אויפסיינען אויף אייפאון דזשעי נעט.2) ס'גייט זיין אן עקספאו פון אלע סארטן פילטערינג קאמפאניס. זייער א גוטע געדאנק, אבער פארוואס נישט מאכן אין יעדע געגענט עקסטער. כ'בין זיכער אז די פירמעס וועלן באוויליגן צו שיקן עטליכע מענטשן אויף עטליכע פלעצער, ווי איידער עטליכע מענטש אויף איין פלאץ. בפרט אז אין אזא קורצע זמן פון ½2 שעה וואס דער כינוס וועט דויערן, איז אוממעגליך פאר די חמישים אלף איש צו קענען צוקומען צום טיש און זיך אויפסיינען.נניח אז איך בין נישט גערעכט, און מ'קען יא פארזיכערן אז יעדער קען צוקומען צו די עקספאוס, אבער אזא זאך מוז מען באגלייטן מיט א שטארקייט, יעדער קהילה זאל האבן א מענטש וואס זאל דאס אינפארסירן, נו, קען מען דאך שוין אנהויבן מיט דעם לאקאלן אינפארסירער.הכלל?ווי געשריבן קלאר אינעם גליון זייערע ביי די אינטערוויוס מיט די גבאים פון די גדולי ישראל שליט"א, זעען מיר אז עטליכע עסקנים פון לעיקוואוד פירן דעם דאזיגן קאמפיין, און זיי האבן אנגעווארימט די צוויי גדולי ישראל שליט"א, וואס האבן ווי פארשטענדליך זיך צוגעכאפט דערצו, זייענדיג שטארק אריינגעטוען אין חינוך וצרות ישראל, און זיכן צו ראטעווען וואס מער פון כלל ישראל למען הרבות כבוד שמים.אויף צו אנווארימען כלל ישראל און מתקן זיין תקנות ביי כלל ישראל, פארלאנגט זיך פון די מנהיגי ישראל צו זיך פארלייגן יעדער אויף זיין קהילה, און דאס שטארק אינפארסירן. אוודאי מעג מען זיך משתתף זיין מיט אנדערע קהילות, א כח הרבים איז אלץ בעסער, אבער דער מנהיג מוז זיין דער אינפארסירער.אויב וויל מען דייקא יא אנהויבן מיט א גרויסארטיגן קאמפיין, און דערנאך זאל יעדער פארענדיגן ביי זיך אין ביהמ"ד, ברויך מען נישט איין צענטראלע כינוס, ס'איז גענוג צו אנווארימען יעדן געגענט באזונדער, און צוזאמשלעפן דעם גאנצען עולם. ורובאשקין יוכיח.וואס יא?לעניות דעתי, און דאס איז אויך דער דעת פון אסאך אסאך אנדערע עסקנים מיט וועמען מיר זענען געזעצן, דארף געטוען ווערן דאס פאלגענדע אויף צו קענען ראטעווען כלל ישראל:די חשוב'ע רבנים זאל זיך צוזאמקומען און מייסד זיין א כשרות ארגעניזאציע אויף טעכנאלאגישע כלים. פונקט ווי כשר פלייש, כשר תשמישי קדושה, און לאחרונה כשר בגדים וכו' וכו', דארף יעדע כלי האבן אן הכשר, און די רבנים דארפן פארלאנגען פון זייער קהילה מיטגלידער צו זיך צושטעלן דערצו.אבער וויאזוי מאכן מען כשר'ע כלים?מ'זאל נעמען די עטליכע מיליאן דאלער וואס מ'שפענדט אויף דעם גרויסארטיגן כינוס, און באוועגן 'עפל' און 'גוגל' וכו' צו צושטעלן עטליכע ווערסיעס פון קאסטומייזד פאונס, ווי אויך באוועגן ווערייזאן צו צושטעלן א פילטערט ווייערלעס נעטווארק, און אזוי ארום וועט פילפאכיג פארמינערט ווערן די פראבלעמען.און אויב קען מען זיך נישט אויסקומען מיט ווערייזאן, קען מען זיך ווענדן צו די FCC (פונקט ווי מ'ווענדט זיך צו די FAA צו צוריקהאלטן פליגערס פון דורכפליען בשעת'ן מעמד).און ווי הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולעני זי"ע האט געטוען ביים ראטעווען נשמות ישראל, ער האט מייסד געווען די מוסדות חסד לאברהם, און אריינגענומען די פארפאלענע נשמות, זאל מען איצט אויך מייסד זיין א תיקון לדורות עולם, וואס וועט אי"ה באלייכטן כלל ישראל, ומעט מן האור דוחה הרבה מן החושך.ווי עס שרייבט, הרב מ. רובין
 |
|
|