ווידער געזוכט שוץ ביים בג"ץ - און דערלייגט
"אתרא קדישא" וועלכע האבן ביי די יפו מעכה צושטערט פארהאנדלונגען און צושטערט און פארשועערט די מערכה דורכן אריינטראגן די נושא אין בג"ץ הציוני, מכלומרשט מיט רשות פונעם גאב"ד - א זאך וואס די עדה האט טאטאל אפגעלייקנט, האט אצינד ווידער געטוהן די זעלבע, און ווידער געוואלט אויפטוהן פאר אידישקייט דורך די ציונים, און ווידער האבן זיי ליידער דערלייגט, דאסמאל נאך מיט א שמוץ אריבער.
אין טברי' בויעט זיך א האטעל אויף א שטח וואס האט א חשש קברים, און אתרא קדישא - די ארגאניזאציע וואס שטערט יעדע סארט פריוו פון ראטעווען בדרכי נועם ווייל "מיט ציונים טאר מען נישט זיצן" - האט זיך געוואנדן צום הייליגן בג"ץ הציוני אז זיי זאלן אפשטעלן די ארבעט.
די פסק איז - ווי פארשטענדליך - ארויסגעקומען, אז די ארבעט קען ווייטער אנגיין, און דערצו וועט אתרא קדישא מוזן באצאלן די לויער קאסטן פונעם צד השני.
כלל ישראל פרעגט פון אזוי גערופענע קנאים: כסילים מתי תשכילו? ווען וועט איר איינזעהן אז מיט קרומע דרכים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו דערלייגט מען מערכה נאך מערכה?!
אויב טאר מען נישט זיצן מיט ציונים צו פרובירן ארויסצוראטעווען מערות קבורה (טראץ וואס א"ק אליינס פלעגן דאס טוהן ביז אייניגע יארן צוריק ווען זיי האבן פארלוירן דעם מעגליכקייט...), אפשר קענט איר מסביר זיין פארוואס א ווענדונג צום בג"ץ הציוני איז נישט ערגער פון דעם?
 |
|
|