א טרויער איז אראפ היינט אויף כלל ישרא-ל אז א חשוב'ע חסידיש אפגעהיטענע בחור האט מען אריינגעשליידערט אין תפיסה מיט געמיינע נידריגע פארברעכערס אויף 7 יאר ר''ל.
ווען מ'קוקט אויף די אידישע בלאגס, טוט דאס זייער וויי, ווי אידען שרייבען אז ס'קומט אים ר''ל, און נאך ערגערס.
איצט ווען מ'איז זיך מתבונן און מ'דערמאנט זיך אין די בחור'ישע יארן ווען די בלוט האט געקאכט, און מ'האט געהערט דברות קדשו פונם ראש הישיבה אליין ווי ''אין בעלזא האט מען געשריגען כהנים ארויס'' ''אזוי האט מען זיך געפירט אין סיגוט און אין שטאט סאטמאר און אויך אין ברוקלין'' עכל''ק.. און מיר נאיווע נער'ישע בחורים האמער זיך ארפגעלאזט מיט שטיינער און....,
ס'כאפט א פחד אין שוידער, אז ב''ה די רבוש''ע האט אפגעהיטן אז קיינער איז נישט ערענסט ניזוק געווארען און מ'האט ב''ה נישט מיט געמאכט וואס די סקווערא בחור מאכט מיט, ר''ל.
מיר אפעלירן צום עולם החסידות (און אויך פאר די ליטווישע) קלערטס אויף אייער קינדער אז חסדות איז נישט 'יהרוג ואל יעבור' און אויב די ראש הישיבה שרייט 'כהנים ארויס' גיי ארויס און לאז די ראש הישיבה אדער כ''ק אדמו''ר שליט''א אליין טאן די הייליגע ארבעט....