בית פורומים כל העולם כולו

ידינו לא שפכו את הדם? (ניי סקווירא)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/4/2012 23:49 לינק ישיר 
ידינו לא שפכו את הדם? (ניי סקווירא)

א טרויער איז אראפ היינט אויף כלל ישרא-ל אז א חשוב'ע חסידיש אפגעהיטענע בחור האט מען אריינגעשליידערט אין תפיסה מיט געמיינע נידריגע פארברעכערס אויף 7 יאר ר''ל.

ווען מ'קוקט אויף די אידישע בלאגס, טוט דאס זייער וויי, ווי אידען שרייבען אז ס'קומט אים ר''ל, און נאך ערגערס.

איצט ווען מ'איז זיך מתבונן און מ'דערמאנט זיך אין די בחור'ישע יארן ווען די בלוט האט געקאכט, און מ'האט געהערט דברות קדשו פונם ראש הישיבה אליין ווי ''אין בעלזא האט מען געשריגען כהנים ארויס'' ''אזוי האט מען זיך געפירט אין סיגוט און אין שטאט סאטמאר און אויך אין ברוקלין'' עכל''ק.. און מיר נאיווע נער'ישע בחורים האמער זיך ארפגעלאזט מיט שטיינער און....,
ס'כאפט א פחד אין שוידער, אז ב''ה די רבוש''ע האט אפגעהיטן אז קיינער איז נישט ערענסט ניזוק געווארען און מ'האט ב''ה נישט מיט געמאכט וואס די סקווערא בחור מאכט מיט, ר''ל.

מיר אפעלירן צום עולם החסידות (און אויך פאר די ליטווישע) קלערטס אויף אייער קינדער אז חסדות איז נישט 'יהרוג ואל יעבור' און אויב די ראש הישיבה שרייט 'כהנים ארויס' גיי ארויס און לאז די ראש הישיבה אדער כ''ק אדמו''ר שליט''א אליין טאן די הייליגע ארבעט....




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 23:58 לינק ישיר 

און וויאזוי איז דער דין ווען די הייסע חסידים לייגן גלאז אין די מקוה מיט דער כוונה צו שעדיגן א ערליכן רב, ווייל ער איז נישט געווען אין די זעלבע קהילה ווי זיי?

דזשאסט עסקינג. מוזט נישט ענטפערן אויב דו האסט נישט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 01:27 לינק ישיר 

עס האט די זעלבע דין 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 02:30 לינק ישיר 

ר' לאנצוט, מיינט אוודאי הרה''ק רבי אביש'ל פון קראלע הי''ד וועמען מ'האט אריינגעלייגט גלאז אין די מקוה , און דערנאך מכבד געווען די רוצחים מיט שיריים און עליות אין סאטמאר,רומעניע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2012 06:22 לינק ישיר 

לדעתי איז אין די נושא פון סקווירא געזאגט געווארן לא מצאתי לגוף טוב משתיקה
זאל מען זאגן אז די מחרחרי ריב האבן חלילה א רעכט האמיר חלילה א חלק אין צוברעכן א קהילה קדושה בישראל און אפילו סזאל זיין גערעכטע סיבות איז באקאנט פון הייליגן דברי חיים זי"ע ביי פרשת קרח אז ווער עס שטעפעט א מרא דאתרא איז מחיוב מיתה ל"ע אפילו אויב איז ער גערעכט און ווייטער זאל מען זאגן אז ער האט נישט גטארט רופן פאליציי ווען מאיז אינגעהילט אין פלאמען? און אזוי איז אין יעדע זאך דא פרטי פרטים ווען לדוגמה איז דאך קלאר אז ער האט נישט געוואלט לכתחילה לפגוע בנפשות און אזוי ווייטער איז יעדע נושא פאר זיך איבער וואסערע תקנה סאיז נעריש און וואסערע סאיז קלוג און אויב סאיז בעסער אהער און אויב סאיז גערעכטער אהין ואין לדמה מילתא לתילתא
מדארף זיין א חכם אין אזא צייט און אפילו אויב מילי בסלע איז שתיקי בתרי 
והעושה שלום במרומיו יעשה שלום עלינו יעדער זאל זיין אונטערגעווארפן אונטער די תוה"ק און אירע ערליכע מנהיגים און די מנהיגים זאלן ניצל ווערן פון א טעות און ניצל ווערן פון די רשעים וועלכע ווילן בלויז הירס און מיינען גארנישט נאר צו צוברעכן ערליכקייט
ונזכה לביאת הגואל בב"א

תוקן על ידי גרוינים ב- 18/04/2012 06:25:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 16:38 לינק ישיר 

גרונם, די זאך איז קלאר.

די דברי חיים זי"ע ביי פרשת קרח אז ווער עס שטעפעט א מרא דאתרא איז מחיוב מיתה ל"ע אפילו אויב איז ער גערעכט רעדט מען פון א מרא דאתרא.

ווידער די זעלבע דברי חיים זי"ע האט געפירט א מלחמת חרמה מיט מסירות נפש ממש קעגען רבי'ס פון געוויסע קרייזען וואס ביי זיי איז די רבי'ס געווען העכער די תורה. 

אדרבה פרעגסט נאך, ווי אזוי די רעזשים אין סקווירא האט זיך אויפגעפירט צום מרה דאתרא הגה''צ ר משה ניישלאס ז''ל, ואכמ''ל.

קענט איר אפשר זאגען ווער איז די מרה דאתרא זייט הגה''צ ר משה ניישלאס ז''ל איז נסתלק געווארען?

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 16:47 לינק ישיר 

איך האב שוין געזאגט מיין מיינונג 
לדעתי איז אין די נושא פון סקווירא געזאגט געווארן לא מצאתי לגוף טוב משתיקה


תוקן על ידי גרוינים ב- 18/04/2012 16:49:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ידינו לא שפכו את הדם? (ניי סקווירא)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext