כינוס כלל ישראל? קודם זאל JNET ארבעטן!
יעצט אין די טעג ווען געוויסע עסקנים גרייטן זיך צו א גרויסן מעמד אנטקעגן די אונטערנעט, וואו מ'וועט מסביר זיין פארן ציבור דאס הארבקייט דערפון. איז היינט אדורך א גאנצן ליבן טאג און JNET איז געווען פולקאם צובראכן. דאס מיינט אז ביזנעסער וואו ערליכע אידן ווילן האבן כשר'ע אונטערנעט זענען היינט אפיציעל געווען פארמאכט אדאנק דעם.
טייערע עסקנים, אנשטאט צו טראגן פופציג טויזענט מענטשן אין א סטעדיום, און אינוועסטירן מיליאנען דאלארן פאר פראפאגאנדע מיטלען, שטעלט ליבערשט צו מיט דעם געלט א בעסערן פילטער סיסטעם וועט איר פיל מער אויפטון!
|
|