אן אינטערסאנטע זאך איז פארגעקומען אין בית שמש היי יאר, אזוי ווי קהלתינו הק' האט געפענט דער הערליכער כולל דברי יואל, און התאחדות אברכים, האט מען היי יאר ארויסגעלייגט א מודעה אז מען גייט צום ערשטן מאל פראווענען א סעודה הילולא פאר מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע אין בית שמש, וואס ביז היי יאר האט מען עס נישט געקענט מאכן ווייל די הנהלה פון רמ"א האט נישט געלאזט מאכן א סעודה פאר מרן בעל ברך משה.
אזוי ווי קהלתינו הק' האט עס געמאלדן, האבן די זאליס אויך געמאלדן אז זיי מאכן אויך א סעודה לעילוי נשמתו, נעמנט נישט קיין פאר טאג, מוסדת רמ"א מעלדט צום ערשטן מאל ...! אז זיי מאכן אויך א סעודה פאר מרן בעל ברך משה!
ווער האט זיך דאס געגלייבט אז דאס וועט אמאל פאסירען! דאס איז גענוי ווי איינער וועט זאגן אז אין בני יואל איז געווען א סעודה פארן ברך משה.
למעשה האט מוסדת רמ"א געמאכט די סעודה נאכמיטאג, און קהלתינו הק' און די זאליס האבן עס געמאכט ביינאכט.
ביי די סעודה פון קהלתינו הק' איז געווען 50 אידן מאנשי שלומינו תושבי בית שמש, און עס איז געווען א געוואלדיגער הערליכער מעמד.
דא אפאר בילדער פונעם סעודת הילולא