שלום, אויבן אויף, אפילו מיר וואלטן שטארק חשק געהאט אז 'יעדער' זאל זיך בייטייליגן, זעה איך אבער נישט אז ס'זאל א סך שאדן מאכן אפילו אז ביידע סאטמאר'ס שטעלן זיך נישט צו. צוליב: א) אז אגודה קען צאמברענגען 90 טויזענט מענטשן צום סיום הש"ס אהן סאטמאר, דארף א כינוס כלל ישראל קענען ברענגען מינומים 50 טויזענט אפילו אהן סאטמאר.
ב) ביי ביידע סאטמאר'ס רעדט מען נישט (פארלייפיג) פון צוריקהאלטן זייערע מענטשן פון גיין, נאר נישט מעודד זיין צו יא גיין, און ס'וועט נאך אלס זיין טויזענטע סאטמארע חסידים וואס וועלן יא גיין, צו בשיטה צו סתם פאר אינטערעסאנטקייט.
ג) אין מחנה סאטמאר, איז דא היינט טויזענטער מענטשן וואס באלאנגען נישט צו קיינע פון די רבי'ס. איז אזוי, אדער באלאנגט ער צו א קליינע קהלה ווי ער דאווענט, און דארט וועט זיין רב אים יא שטארק מחזק זיין צו גיין. אדער אפילו אז ער באלאנגט נישט צו אזא קהלה, מיינט עס אבער נאך אלס אז ער איז תלוי בדעת עצמו, צו בדעת הרבנים כללי צו ער זאל יא גיין צו נישט, וואס אין אזא פאל מיינט עס כמעט גאראנטירט אז ער וועט זיך משתתף זיין.
|
|