בית פורומים אידישע געדאנק

ענטפער אויף שמוציגע בריוו בנוגע טריפהנע מאגאזינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/4/2012 19:30 לינק ישיר 
ענטפער אויף שמוציגע בריוו בנוגע טריפהנע מאגאזינען

מען קען הערן א שיינע קלארע ענטפער אויף די שמוציגע בריוו מיטן נאמען "ענה כסיל כאוולתו" וואס איז אנגעקומען אויף די פאסט צו וויליאמסבורגע איינוואוינער.

אינעם ענטפער ווערט ארויסגעברענגט די אמתע שמוציגע פנים פון די שרייבער וועלכע שוין קרוב צו ניין יאר שטאפן זיי אן טויזנטער אידישע קינדער מיט גויאישע ארטיקלען גענומען פון גויאישע אויסגאבעס און פון די אינטערנעט, און זיי ווילן זיך ריינוואשן מיט א נארישע ענטפער אז זיי האבן א אזויגערופענע הכשר, וואס ס'איז נישט קיין מציאות בעולם צו כשר'ן א טריפהנע זאך, וואס דא שרייען אלע מחנכים אז די קינדער וואס ליינען דאס ווערן גויים, טאקע נישט אויסערליך אבער אינערליך מיט די געדאנקענגאנג.

אויך ווערט איבערגעזאגט וואס די ארויסגעבער האבן מיט יארן צוריק געזאגט פאר עסקנים קלאר אז זייער ציהל איז רח"ל צו טוישן די מהות פון כלל ישראל, היה לא תהיה!

הערט די וויכטיגע ענטפער אויף די "אורחות חיים טעלעפן ליניע" 718-838-3896

און דרוקט גלייך אריין

05



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 22:33 לינק ישיר 

מלחמת_מצוה כתב:
עס טוט וויי דאס הארץ צו זעהן אז די קאלטע פירער פון א געוויסע פארטיי האבן שוין היינט ליידער אזא השפעה אפילו אויף היימישע אידן אז א הייליגע מחלמה צו ראטעווען טויזנטער אידישע קינער פון ווערן גוי'איש הייסט שוין גאר טעראר.

לאן הגיענו.


לאן הגיענו אז עס קען היינט פארקומען פרוצות'דיגע חתונות אין הארץ פון וויליאמסבורג, אין א בנין ווי הייליגע תינוקות של בית רבן לערנען א גאנצן טאג תורה הקדושה, און קיינער עפנט זיך נישט דאס מויל. ניטאמאל אזא סיקריק ווי מלחמת_מצוה, וועלכער רעדט איין איין איינציגן מענטש (זיך אליין) אז ער מיינט קודשא בריך הוא ושכינתי'.

מלחמת_מצוה איר מיינט די זעלבע אידישקייט ווי הרה"צ רבי מנשה פיליפ שליט"א.
דערפאר זענט איר דאס ליצנות פונעם דור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 22:15 לינק ישיר 

ווי איז די היילגע מלחמה קעגן טריפהנע כלים וואס מ׳ פארקויפט אין די סטארס וואס מאכט חרוב אונזערע קינדער ר״ל?

ווי איז די היילגע מלחמה קעגן
פראדוקטן מיט שוואכע הכשרים 
וואס
ווערן פארקויפט אין
אין די סטארס





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:50 לינק ישיר 

עס טוט וויי דאס הארץ צו זעהן אז די קאלטע פירער פון א געוויסע פארטיי האבן שוין היינט ליידער אזא השפעה אפילו אויף היימישע אידן אז א הייליגע מחלמה צו ראטעווען טויזנטער אידישע קינער פון ווערן גוי'איש הייסט שוין גאר טעראר.

לאן הגיענו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:33 לינק ישיר 

שמעלקאלע, וואס ווייסטו אויף ר' יעקב זיידה וואס איך ווייס נישט? פארוואס זאל ער נישט קענען געבן א הכשר פונקט ווי אלע אנדערע רבנים המכשירים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:31 לינק ישיר 

נאכאמאל
די פראבלעם איז די טעראר אויף די וואס האלטן אנדערש, און האבן רבנים אויף וועם זיך צו פארלאזן,
ווילסט אסער׳ן, געזונטערהייט, צווינג נישט אריף דיין מיינונג אויף יענעם

און וויפיל פראדוקטן מיט שוואכע הכשרים ווערן פארקויפט אין וומסב״ג (אריינגערעכנט OU)? ווער עס וויל נישט קויפט נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:27 לינק ישיר 

שמעקאלע:
אויב האלט איך התאחדות פאר א גארבידזש הכשר, מיט שטארקע באווייזן, בין איך יעצט געווארן אפגעפרעגט?

לאמיר זאגן אז איך האלט אז רבי יעקב זיידא איז גענוי אזא חשוב'ער רב ווי ר' הלל וויינבערגער, און מ'קען זיך אויף אים געהעריג פארלאזן בכל עניני כשרות: הייסט אז איך עס יעצט אלע הכשרים?

דו האסט אן אינטרעסאנטע וועג פון קומען צו החלטות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:22 לינק ישיר 

לאנצוט!! עס טאקע מאכלים מיט אלע סארט הכשרים, ליין ווייטער אלע גוי' שע ליין מאטריאל
ווייז טאקע דיינע קינדער און אייניקלעך אדער גאר אפשר אור אייניקלעך וויאזוי דו ביזט מחנך דיין שיינע שטוב...

און שלום עלי נפשי.....

ווי זאגט דער פסוק אויף דיר: עם עקש תתפתל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:14 לינק ישיר 

שמעלקאלע,

עס קאסט מיר א לאך:

ביי די אריזאנא ווייץ איז ר' יעקב זיידא גוט געווען ארויסצונאשן א בריוו.
כאטש ער דערנאך געשריבן אז ער האט גערנישט מיט די ווייץ ביזנעס, און הרה"ק האדמו"ר מדאראג האט אים געגעבן פסח פעקלעך האט ער זיך פשוט באדאנקט.

צווייטנס, מיט וואס איז ר' יעקב זיידא ווייניגער חזקת כשרות ווי הרה"צ ר' הילל וויינבערגער שליט"א אב"ד סערדאהעל וכו' וכו' וכו'?
ער קען נישט אזויפיל לערנען ווי אים?
ער איז נישט אזוי כיטערע ווי אים?
ער האט נישט אזעלכע שיינע זיידעס?

איך קען פלענטי אידן וועלכע האבן מעיד געווען אז די רבנים פון התאחדות קומען קיינמאל נישט אראפ זיך אומקוקן נאר אויפצופיקן דאס טשעקל איינמאל אין יאר. אלזא וואס וועמען פרובירסטו צו באאיינפלוסן מיט דיין הייליגע פרומקייק אין כשרות המאכלים און גרויסע זהירות במצוות. באמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 21:01 לינק ישיר 

איך פארטרעט נישט קיינעם, אבער אין אמת'ן איז עס א מערכה וואס דארף זיין, נישט קין חילוק צו עס דארף כולל זיין אנדערע זאכן אדער אנדערע צייטונגען אויך, יעצט לגבי די ליצנות פון בלאט וויל איך ווייטער פארשטיין
וועט איינער פון די אלע דא אויפן פורום עסן א מאכל מיט א הכשר פון דעם ר' יעקב זיידא אפגעזעהן צו ער איז א פיינע איד צו נישט, איז אויב אזוי פונקט אזוי ווען ס'איז דא הכשר פון ou וואס רוב היימישן ציבור עסן עס נישט אדאנק וואס ביי אונז איז עס אפגעפרעגט כש"כ וכש"כ לגבי ליין מאטריאל וואס מ'ברענגט אריין אינדערהיים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 19:32 לינק ישיר 

שמעלקעלע, קיינער מאכט נישט ליצנות פון רבנים וואס אסער׳ן עפעס וואס זיי האלטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן.
די פראבלעם איז די טעראר אויף די וואס האלטן אנדערש, און האבן רבנים אויף וועם זיך צו פארלאזן,
ווילסט אסער׳ן, געזונטערהייט, צווינג נישט אריף דיין מיינונג אויף יענעם
הכל מודים אז אייפאדס וכדומה זענן א גרויסע סכנה, פארוואס פארלאגט מען נישט פון די סטארס עס ארויסווארפן, יעדע בחור׳ל קען זיך קויפן וואסערע כלי משחית ער וויל ואין פוצה פה
נאך א נקודה, אין א געוויסע סטאר אין וומ״ס וואס האט זיך געבויגן צום טעראר און ארויס געווארפן די מאגאזינן, האט באקומען א ״היתר״ פון די זעלבע צו פארקויפן די Binah, וואס ווייזט דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 18:56 לינק ישיר 

קאקאש קעיק איז ענקער ערפינדונג.....

און לדעתי איז עס גאנץ אן ערנסטע איסור נישט קיין נפק"מ צו עס דארף כולל זיין אויך אונזערע היימישע צייטונגען
ביים אסיפה האט מען בכלל נישט דערמאנט וועלכע צייטונג יא און וועלכע נישט, אלזא איז עס נכלל אויך דער בליץ
און דער איד וכו'...

נאכאמאל אפחוז'קן פון אן אסיפה ווייזט ווי מ'שטייט און ווי מ'האלט....
אזוי ווי דו פארשטייסט אז דו קענסט נישט אפחוזק'ן פון כינוס כלל ישראל אפי' עס קומען זיך דארטן צוזאמען אידן וואס זענען נישט בדעה אחת מיט דיר, און נאך דערצו ווען זיי פירן עס, איז היינו טעמא לענינינו אז ווען מ'מאכט אן אסיפה קעגן "אלע" מאגאזינען, אפי' ווען בראש האסיפה שטייען מענטשן וואס זענען נישט בדעה אחת מיט דיר, איז עס נאך אלץ א מצוה... נישט קיין חילוק צו ס'איז לשמה אדער נישט.... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 18:13 לינק ישיר 

שמעלקאלע, נישט ענטפערן צו דער זאך איז א שטיקל מהלך, אבער עס צייגט אז דו האסט נישט קיין ענטפער.

איך האב דיך געפרעגט איבער דעם "פאליטישען" איסור" און דעם ליצנות וואס די רבנים האבן געמאכט פון זיך. קומסטו מיט קאקאש קעיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 18:09 לינק ישיר 

איך גיי נישט אריין אין דיינע טיפשות'דיגע נארישקייטן, איך זאג נאכאמאל קענסט דיך האלטן ביים לעצטן ווארט כנהוג,
אבער געענטפערט אויף מיין פראגע האסטו נישט.

געבן א "הכשר" אויף פסח'דיגע קאקאש קעיק איז יהרג ואל יעבור, אבער געבן א "הכשר" אויף גו'ישע ליין מאטריאל איז א מצוה שאין גדולה הימנו !!! אתמהה!! 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 18:01 לינק ישיר 

שמעלקאלע כתב:
אונז האט דער רבי געלערנט: ס'איז ענדערש זיך צו שלאגן פארן אמת מיט שקר
ווי איידער זיך צו שלאגן פארן שקר מיטן אמת...
אבער געוואלט די פאליטיק שטינקט דאך פון קאפ, און אנשטאט אז מענטשן זאלן האלטן די רבנים פאר א טראפ ערנסט און יראי השם באמת, האלט זיי פאר ביליגע יונגאטשן. דער חורבן איז דאך פיל גרעסער.

אפחוז'קן פון א מערכה וואס ווערט געפירט קעגן די אלע מאגאזינען, ווייזט ווי מ'שטייט און ווי מ'האלט...
בת היענה בתפארתה "אלע מאגאזינען"... WOW. דו לעבסט אפשר אויף מארס? איך ווייס אז דעם "בליץ" האט מען מתיר געווען פאר עפעס א סיבה. אפשר ווייסטו די סיבה?
נישט קיין נפק"מ צו די מערכה דארף כולל זיין אויך אונזערע צייטונגען צו נישט...
ווייל די פארטיי דארף די צייטונג כאויר לנשימה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 17:53 לינק ישיר 

אונז האט דער רבי געלערנט: ס'איז ענדערש זיך צו שלאגן פארן אמת מיט שקר
ווי איידער זיך צו שלאגן פארן שקר מיטן אמת...

אפחוז'קן פון א מערכה וואס ווערט געפירט קעגן די אלע מאגאזינען, ווייזט ווי מ'שטייט און ווי מ'האלט...
נישט קיין נפק"מ צו די מערכה דארף כולל זיין אויך אונזערע צייטונגען צו נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ענטפער אויף שמוציגע בריוו בנוגע טריפהנע מאגאזינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext