בית פורומים אידישע געדאנק

אכן נודע הדבר: אהרוינישע קוטשערס פארמאכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2012 02:37 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר: אהרוינישע קוטשערס פארמאכט

די אהרוינים דרייען זיך ארום אן א קעפ, זיי זיכן א קעמפ און קענען דערווייל נישט טרעפן. היסטאריע: די אהרוינים האבן נאך די חלוקה געקויפט א קעמפ אין קוטשערס. זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן א בכבודיגע מקום צוליב דעם וואס די קנאקערס אין מאנרא האבן געזאגט פאר יצחק ראזענבערג "גענוג איז גענוג" מיר האבן שוין גענוג געלט אויסגעגעבן פאר דיינע מוסדות אין וו"ב.

בצר לא האט ער געכאפט דאס ביליגסטע וואס ס'נאר געווען. א חורבה אינדרויסן פון געגענט. עס זענען דא דארט ערענסטע וואסער און סוער פראבלעמען, עטליכע מאל אינמיטן זימער איז מען שוין געבליבן דארט אן קיין וואסער און איינמאל האט דאס אנגעהאלטן פאר גאנצע 5 טעג.

יעצט האט די קאונטי געלאזט וויסן אז זיי לאזן נישט ניצן ס'פאלץ אלס א קעמפ ביז די וואסער און סוער ווערן צוגעשטעלט ווי ס'דארף צו זיין, אויך דארף מען דארט טוישט רוב ווייערינע, פרישע בוילער'ס, בקיצור א אינוועסטמענט וואס אן די הילף פון מאנרא קענען זיי דאס נישט באווייזן.

האבן זיי זיך גענומען רייטן אויף אינזערע קעמפס מיט די האפענונג אז מיר וועלן זיי געבן 2 קעמפ'ס און אזוי וועלן זיי אונז צורי לאזן אין די אנדערע 2.

זעלבסט פארשטענדליך אז אונזערע עסקנים האבן געשיקט די אהרוינישע "פארמיטלער" ליפטערן מיט ליידיגע הענט. יעצט זענען די אהרוינים שוין אראפ מיטן פרייז זיי ווילן איינס און וועלן אונז צוריה לאזן מיט דריי, אבער אונזערע עסקנים האבן קלאר געמאכט פאר די אהרוינישע קארפן קעפ אז ס'נישטא פון וואס צו רעדן, אויב טיילן וועלן זיי דארפן טיילן אין מאנרא אויך.

פארשטענדליך אז דוד עקשטיין און מאיר הירש האלטן נישט ביים טאנצן לויט יצחק ראזענבערגס קאפריזן. די אהרוינים וועלן זיך כאפן די לעצטע מינט אז די קארפן קעפ האבן זיי ווייטער געפירט אין דראנק אריין מיט מחלוקות וואס ברענגט נישט קיין איינציג טראפ פאזעטיווע אנטוויקלונג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אכן נודע הדבר: אהרוינישע קוטשערס פארמאכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext