בית פורומים כל העולם כולו

''איד'' דיסקרימינירט קעגן קול קורא'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2012 17:02 לינק ישיר 
''איד'' דיסקרימינירט קעגן קול קורא'ס


טראץ וואס דער  ''נייעס באריכט'' און '' דער בלאט'' האט  אריינגעלייגט אלע קול קורא'ס, אנאנסן און באריכטן איבער דעם גרויסן '' כינוס כלל ישראל'' , האט ''דער איד'' נישט אריינגעלייגט נאר איין  כרוז פון ביד''צ העדה החרדית פון  פארגאנגענעם יאר חודש אב תשע''א.

דער ''איד'' האט נישט געוואלט אריינלייגען די  פרישע קול קורא'ס מיט חתימות פון בעלזער רבי'ן , וויזניצער רבי'ן , הרב שטיינמאן, הרב קאניעווסקי, הרב אויערבאך, און נאך צענדליגער ראשי ישיבות ורבנים ואדמורי''ם פון ארץ ישראל און אמעריקא.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2012 07:05 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט! איז סקווירא נישט שטרענגער פון סאטמאר מיט טעכנעלאגיע? איך ווייס אז טעקסט מעסעזשעס אין סקווירא איז אזוי ווי אינטערנעט אין סאטמר! סוי פארוואס וועט פאר סקווירא נישט שאטען אז מען הערט מעסיגע תקנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 00:55 לינק ישיר 

איך זעה נישט ווי דו זעהסט הרב סיטי פילד אז סאטמאר איז דערקעגן
יעדער ווייסט אז רבינו שליט"א האט געאנטווארט פאר ר' מתתיהו און ר' משה גרין א יאר צוריק אז ער וועט זיין די ערשטע מיטצושטיין אבער פארשטיי אליין אז מיטשטיין מיינט מיט סיי וואסערע הילף און מיטארבעט אבער נישט א זאך וואס דער רבי קען נישט זייענדיג ממלא מקומו פון זיין הייליגן פעטער וואס ער איז דער מכריע אין אזאנע האקעלע ענינים
אדרבה איך מיין אז יעדער סאטמארער חסיד האפט אז דער כינוס זאל האבן א סוקסעס נאר מפארשטייט אז מיטן סימבאל פון סאטמאר קען דאס נישט ארבעטן צו גיין אויף א פאראייניגטע מיסיע און הערן הוראות און הדרכות אינאיינעם מיט אזעלכע אמעריקאנע אידן וואס זייער אידישקייט איז מיט 100 דרגות אראפציהר ווי אונזער ואכמ"ל און הערן דרשות אויף ענגליש לויט זייער שטייגער וכו' וכו'.
אוודאי ווען די עסקנים האבן ווען דעם קאפ אויפן פלאץ מאכט מען נישט קיין פלאן פון אזא סארט כינוס פאר מפרעגט סאטמאר בפרטיות צו זיי גייען זיך קענען צושטעלן דערצו.
איז אויב ווילט איר אים דווקא האבן דארט דארפט איר טוישן דעם פלאן סזאל שטימען מיט די צדיקים הקודמים אשר מפיהם אנו חיים אבער אז סאיז אייך אוממעגליך איז עס פארשטענדליך און קיינער וועט אייך נישט אונטערהאקן סוועט ווערן שיין געדעקט אבער אז סאטמאר זאל טוישן איר תורה ומסורה דאס נישט




תוקן על ידי גרוינים ב- 30/04/2012 01:15:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2012 23:39 לינק ישיר 

איך וויל בעהטן סאטמאר יודן זאלן זיך נישט לאזן פארפירן פון אפאר היץ קעפ, וואס פראבירן פארוואנדלן די אסיפה אין א פאליטיק.
אז ר' אהרן פארשטייט אז זיינע מענטשן זאלן נישט גיין. כל הכבוד.

אבער דאס אז א פאר היצקעפ, וואס מיר ווייסן ווער עס שטייט אינטער דעם, און וואס זיינע מאטיוון זענען, זאלן סתם אזוי זיך נעמען פארוואנדלען עס אין א פאליטיק, איז נישט אויסגעהאלטן פאר ענק: נישט תורה'דיג און נישט פאליטיש.  

איך האב טאקע זייער הנאה אז די ניק וואס טרייט דא אנצודרייען א קאשע, בלייבט אליין און קיינער ענטפערט אים נישט אפ, ווייל זיינע מאטיוון זענען דורכזיכטיג.
אויב ר' אהרן האלט אזוי תורה'דיג לאמיר זעהן אז ס'זאלך בלייבן תורה'דיג, נישט ער זאל מאכן בעיקופין שטיקלעך, אזוי ווי דער בלאט האט פראבירט צו שפילן פאליטיק די פארגאנגענע וואך. 
זייט וויסן אז מיר האלטן א אויג אויף דעם.  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/4/2012 22:29 לינק ישיר 


אין בעלזא אין אמעריקע זאגט מען: מיר גייען צום כינוס טראץ וואס ''דער איד'' האט נישט אריינגעלייגט דעם קול קורא מיט'ן רב'ס חתימה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2012 22:26 לינק ישיר 


דער שלום צווישן סאטמאר און בעלזא שלאגט טיפע ווארצלן.

דער ''איד'' דארף ליבערשט בוחר זיין צו איגנארירן א קול קורא מיט אריבער 50 חתימות פון די גרעסטע תורה אויטאריטעטן וגדולי האדמור''ים צום כינוס כלל לישראל , ווי איידער אוועק צושניידן די חתימה פון בעלזער רבי'ן שליט''א.

מיט יארן צוריק וואלט מען אוועקגעשניטן דעם בעלזער רבינ'ס חתימה און ארייגעלייגט דעם רייכן קול קורא.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 27/04/2012 22:27:19




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2012 00:14 לינק ישיר 


גראדע דער בריוו פון ביד''צ העדה החרדית איז דאטירט חודש אב תשע''א און באציהט זיך
 אז די רבנים ומנהיגי העדה בארה''ב זאל'ן אנטיילנעמען אינעם גרויסן
 אסיפת הרבנים וואס איז פארגעקומען אין ראמאדא האטעל
 אין ניו דזשערסי פארגאנגענעם חודש אלול תשע''א.

מען קען עס אבער אויך נוצן צום ''כינוס כלל ישראל''.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2012 17:32 לינק ישיר 

אבער פארוואס האבן זיי אוך גע'קנס'ט ר' מאטעלע וויזניצער, סקולענער רבי, פאפא רבי און נאך ?

זענען זייערע נעמען אויך שוין נישט כשר?

די חכמי ה'איד זענען א באנדע טיפשים.

ביי כינוס כלל ישראל אין סיטיפילד וועלן זיין 50 טויזענט אידן על אפם וחמתם

אלע אמעריקאנער בני ישיבות און חסידים פון בעלזא, וויזניץ, גור, סקווירא, צאנז קלויזענבורג, ראכמיסטריווקא, פאפא און נאך פילע צענדליגער הויפן פון כלל ישראל וועלן מקיים זיין דעם ועשית ככל אשר יורוך.



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 26/04/2012 17:35:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2012 17:27 לינק ישיר 

עס קוקט מיר אויס אז דער איד שפילט בת-היענה.

זיי שפילן א געים אז "די אסיפה" איז עכט הייליג, און איז נאר גערופן דורך די "היימישע רבנים".

זיי "שניידן" אויס און איגנארירן אלע "פרעמדע" רבנים וועלכע זענען "טריפה" ביי זיי, כאילו זיי זענען נישט קיין "חלק" פון די אסיפה.

ביי מיר הייסט עס געמאכט ליצנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 17:08 לינק ישיר 


צוליב די אויבענדערמאנטע אדמורי''ם ורבנים האט ''דער איד'' אויך שוין נישט אריינגעלייגט די קול קורא'ס מיט חתימות פון בעל שבט הלוי , לעיקוואודער ראשי ישיבות און אנדערע ראשי ישיבות און רבי'ס, ווי למשל ר' מאטעלע וויזניצער, סקולענער רבי, פאפא רבי אא''וו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ''איד'' דיסקרימינירט קעגן קול קורא'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext