בית פורומים אידישע געדאנק

גשר הכהנים אין מירון ווערט פריש אויפגעבויט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2012 17:12 לינק ישיר 
גשר הכהנים אין מירון ווערט פריש אויפגעבויט

לידיעת הכהנים וואס ווילן פארן קיין מירון ווערט היי יאר פונדאסניי אויפגעבויט ווערן דער גשר הכהנים
לענגאויס דעם בארג ארויף צום ציון הרשב"י אין מירון.

דער גשר איז ווי באקאנט לויט די פסק פון דער בג"ץ הציוני צו ווארפען געווארן נאך א לענגערע סכסוך איבער'ן בעלות השטח
יעצט האבן זיי געגעבן רשות אויפצובויען פונדאסניי על מנת אז מ'וועט עס צו ווארפען תיכף נאך ל"ג בעומר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2012 22:59 לינק ישיר 

אזוי אויך קען מען רואיג גיין אויפן דרך בורמה

כפי הפסק דין של הבד "ץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 00:43 לינק ישיר 

אישור, עטס זענט'ס דאך שטיצער'ס פון תולדות אברהם יצחק!!! אתמהה
פאריאר איז געווען באריכטעט אין בלאט מיט שרייערדיגע קידוש לבנה אותיות, איבער'ן גשר הכהנים
איז צוליב וואס, האסטו זיך יעצט פארגליסט אין תולדות אהרן און גאר דערצו דער פסק העדה החרדית??

תיקו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 01:25 לינק ישיר 

ווער איז דער עטס וואס דו מיינסט ?


דא זענען דא מענטשן וואס פרובירן אלעמאל אויפצוטרעפן קברים וואו מען שטייט און וואו מען גייט

כאילו דער בריסקער רב האט געהאט א ציהל אז אלע טעג אין יאר זאל זיין מלחמות אויף קברים

און מען גראבט אויס חששות פון אונטער דער ערד

און יעדן טאג שיקט מען בני הכולל מוחה זיין דא און דארט איינמאל און נאכאמאל




די מענטשן האבן עפעס באשלאסן אז דער ציון הרשב "י איז מלא קברים אויף אלע וועגן

איך ווייס נישט פארוואס תולדות אברהם יצחק האט באשלאסן זיך אנציכאפן דערויף

אבער בי "ד האט ארויסגעגעבן א פסק אז דרך בורמה איז כשיר וישר

און שטילערהייט זאג איך דיר אז די מוצי "ם טענהן אז אלע וועגן זענען רוב זיכער כשר להלכה נאר מען לאזט נישט דן זיין דערויף ......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 03:07 לינק ישיר 

נו, זאגסט דאך גוט, איז אלא מאי א קשיא אויפן בלאט!! תיקו..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 06:36 לינק ישיר 

אינטערסאנטער פון אלעם איז, אז פאריאר האט תולדות אברהם יצחק (צ"ל: אהרונים) זיך ארויפגעכאפט אויף די פסק פון ר' משה בראנסדארפער, אז מ'טאר נישט ארויפגיין אויף מירון דורך דרך מהדרין. אבער גאנץ לעצטנס ווען ס'איז ארויסגעקומען א פסק פון אים אז די מקוה אין תולדות אברהם יצחק איז נישט כשר, האט מען אנגעהויבן זינגען פארקערט.
ודי להרוצה להבין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 16:47 לינק ישיר 

זיבענבערגן כתב:
אינטערסאנטער פון אלעם איז, אז פאריאר האט תולדות אברהם יצחק (צ"ל: אהרונים) זיך ארויפגעכאפט אויף די פסק פון ר' משה בראנסדארפער, אז מ'טאר נישט ארויפגיין אויף מירון דורך דרך מהדרין. אבער גאנץ לעצטנס ווען ס'איז ארויסגעקומען א פסק פון אים אז די מקוה אין תולדות אברהם יצחק איז נישט כשר, האט מען אנגעהויבן זינגען פארקערט.
ודי להרוצה להבין



ווער האט געזינגען פארקערט? האסטו דען געהערט די זמירות?
לויט ווי איך האב געהערט האט מען אויפגענומען א וועד פון אלע רבנים אין תוא"י און מכשיר געוען די מקוה בכל החומרות וההידורים.
דיינע ווערטער וואס די שרייבסט איז ריין שנאה מיט שקר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:05 לינק ישיר 

די גשר הכהנים ווערט נעבעך געבויט מיט ציוניסטישע געלט מיט די שתדלנות פון די קינדער פון תודלות אברהם יצחק רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:01 לינק ישיר 

פריש כתב:
די גשר הכהנים ווערט נעבעך געבויט מיט ציוניסטישע געלט מיט די שתדלנות פון די קינדער פון תודלות אברהם יצחק רבי
אן קיין שום שתדלנות ווערט ווידער אויפגעשטעלט דעם גשר כוהנים פאר אלע כוהנים אין כלל ישראל.
"יבא אמה וקנח את צואת בנה" - דער וואס האט עס חרוב געמאכט ער שטעלט עס צוריק אויף


תוקן על ידי moashopee ב- 02/05/2012 23:04:57





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גשר הכהנים אין מירון ווערט פריש אויפגעבויט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext