דברים חוצבים מכ"ק אדמו"ר שליט"א אויף די טריפהנע מאגאזינען
איך זעה דא געוויסע היימישע סאטמאר אידן וואס כאפן איבער די ליצנות פון די לצים פארטיי און ווילן אויך אפקילן די שרעקליכע סכנה וואס הערשט אויף אונזערע קינדער און קינדס קינדער דורך די טריפהנע מאגאזינען מיט די טמאנע אונטערנעט ארטיקלען וואס מאכן אונזערע קינדער גויאיש רח"ל.
דא איז די פייערדיגע ווערטער פון כ"ק אדמו"ר שליט"א חוה"מ פסח בנוגע דעם ענין ווערטער וואס באלייכטן די אויגן בנוגע די סכנה.
איינע פון די גרעסטע נסיונות אין היינטיגן דור! איז גויאישקייט מלובש אין פארשידענע אופנים אויף אידיש און ענגליש מלובש כאילו מרעדט פון אידישע זאכן, דעיס אלעס קומט פון גויאישע שרייבערס וואס זענען אנגעלינט און אנגעזאפט פון גויאישקייט פון מינות און אפיקורסות
ווער סנעמט אריין צו זיך אין שטוב איינע פון אלע מיני מאגאזינען נישט קיין חילוק כל שם וחניכא דאית לי' נישט אינטערסאנט אויסצורענכענען אלע אלע, יעדעס איינע פון זיי אלעס איז מיוסד אויף אריינצוברענגען צו צוברעכן די מחיצה המבדלת פון כלל ישראל!
|
|