הקנאה התאווה והכבוד.....
ק"ק הקנאים (סיקריקים בלע"ז) טענה'ט -
און קומען אויף יעדן יאהר מיט פרישע טענות,
ווייל זיי גייען אויס פון קנאה ושנאה,
זיי האלטן דאס נישט אויס,
זיי האלטן נישט אויס די בליה פון ק"ק תו"א,
עס שטעכט זיי מיט מעסערס און שארפע שפיזלען,
ווען נאר זיי זעהען די געוואלדיגע הצלחה פון תו"א,
למעלה מדרך הטבע.
פאר דריי יאהר צוריק, האט מען 'פלוצלונג' אנטדעקט קברים אין מירון, וויא האט דעמלטס געזאגט הרה"ג ר' יעקב בלויא חבר הבד"ץ, מען דארף נישט אסר'ן די כהנים צו גיין קיין מירון, עס איז גענוג צו אסר'ן אויף איין כהן א אין צו גיין.....
ווען די רבנים הגאונים חברי הבד"ץ - בראש הגאב"ד הגרי"ט, האבן דן געועהן איבער דעם נושא, און ארויס געגעבן א פסק "אז נאר דרך בורמה מעגן כהנים גיין" - האבן זיי פלוצלונג געלאפן זוכען אנדערע רבנים, פון די אגודה קרייזן - וואס זאל אסר'ן דרך בורמה,
דעם יאהר האבן זיי געטראפן א פיקטשע פון א מיטינג - וואס מען דארף ארליידיגן די פערמיטן פון אלעס ארום און ארום, האבן זיי פון א אומשולדיגן האפיס געמאכט א 'כנסת המינים'.
ווען תו"א שרייט העלפט מען זאל ח"ו נישט איבער געבן דעם הייליגן שטח פאר די ציונים ח"ו, וערט דאס באגלייט פון די אומפארגינערישע סיקריקים, מיט ביליגע לצנות.
דאס זעלבע טרייען זיי שוין די לעצטע פאהר יאהר צו שטערן דו שמחת בית השואבה און ירושלים עיה"ק - פון ק"ק תולדות אהרן,.
דאס איז דאס "הקנאה התאווה והכבוד...."
 |
|
|